הערליכע שמחת התנאים בחצרות תולדות אברהם יצחק - קרעטשניף - לעלוב געפראוועט אין הר יונה
- לפני 14 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
א גרויסן צאל חסידים ואנשי מעשה האבן היינטיגן מאנטאג מיטגעהאלטן די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פונעם חתן א זון פון הרה"צ רבי יוחנן שטערן שליט"א זון פון הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק שליט"א און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון בני ברק, מיט די כלה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, א טאכטער פון בן זקוניו הרה"צ רבי ישכר בעריש קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק הר יונה איידעם פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין שיכון מעזריטש אין הר יונה וואו דער זיידע האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק וויילט די יעצטיגע טעג אויף אפרוה.





























































