האד' מוויזניץ וומסב"ג ערווארטעט צוגאסט אין ארה"ק לרגל השמחה במעונו; שבת שבע ברכות אין קרית וויזניץ בני ברק
דינסטאג פרשת חיי שרה • כ''ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

חסידי וויזניץ אין ארץ הקודש גרייטן זיך מקבל פנים צו זיין פני כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א, וועלכער וועט קומענדיגן פרשת וישלח אנקומען צוגאסט אין ארץ הקודש, צוזאמען מיט הונדערטער חסידים וועלכע גרייטן זיך מיטצוהאלטן די געהויבענע נסיעה, פון וואס דער הויכפונקט וועט זיין די שמחת החתונה פונעם רבינס אייניקל, און די נאכפאלגנדע שבת שבע ברכות וואס דער רבי וועט פראווען אין קרית וויזניץ בני ברק, בצוותא חדא מיט שאר בשרו מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה.
דער רבי שליט"א נעמט אונטער די נסיעה לרגל שמחת נישואי נכדתו הכלה תחי', טאכטער פון בנו יחידו הגה"צ רבי חיים מאיר שליט"א, רב דק"ק וויזניץ וויליאמסבורג אין מאנסי, חתן דודו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, חדב"ן פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה, מיטן חתן אייניקל פון הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א, ראש ישיבת וויזניץ בני ברק, בן בנו הרה"צ רבי ברוך שמעון ארנסטר שליט"א, חתן הגה"צ רבי שמואל לוריא שליט"א דומ"ץ וויזניץ אנטווערפן.
דער רבי שליט"א וועט אי"ה אנקומען קיין ארץ ישראל דינסטאג פרשת וישלח, און דעם קומענדיגן טאג באשיינען די שמחת נישואין וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ בני ברק, במחיצתו פונעם עלטער-זיידן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, ובמקהלות אלפי חסידים פון אלע הויפן.
במשך די ימי הביקור וועט דער רבי שליט"א באזוכן אין די וויזשניצער קהלות אין ארץ ישראל, און מתפלל זיין אינעם אהל פון די צדיקי בית וויזניץ אין בני ברק, און נאך מקומות הקדושים. דאנערשטאג וישלח וועט מען ארומפארן צו די קברי תנאים ואמוראים אין גליל, ובפרט אין אתרא קדישא מירון, וואו עס וועט אפגעהאלטן ווערן א מעמד תפילת רבים לישועתן של ישראל.
שבת קודש פרשת וישלח, שבת שבע ברכות וועט דער רבי שליט"א פראווענען אין קרית וויזניץ בני ברק, אינאיינעם מיט ש"ב ומחותנו מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א און מיטן ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, במקום שהתפללו אבותיו, הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע, וואו דער רבי שליט"א האט זוכה געווען בימי בחרותו זיך צו ווייקן ביים גרויסן זיידן בעת ער האט געלערנט דארט אין ישיבה.
שוין מיט עטליכע יאר צוריק האט דער רבי שליט"א געפראוועט א שבת אין קרית וויזניץ, אויף אין קרית וויזניץ, וואו ביידע רבי'ס האבן אינאיינעם אפגעראכטן אלע תפילות און טישן בשבת בני אחים גם יחד, א שבת וואס ליגט נאך גוט אין די ביינער פאר יעדן וואס האט דאס מיטגעהאלטן.
די עסקנים בחצר הקודש וויזניץ וועלן אי"ה צושטעלן אש"ל מלא פאר אלע הונדערטער געסט וואס וועלן מיטהאלטן דעם שבת, סיי די געסט פון ניו יארק, און באזונדער די חסידים פון בית שמש און אנדערע מקומות, איש על מחנהו ואיש על דגלו.
גלייכצייטיג זענען די הכנות צו די נסיעה אין פולן שוואונג, און פילצאליגע חסידים שטעלן אויס די רייזע-פלענער, כדי צו קענען מיטהאלטן די געהויבענע טעג בצלו פונעם רבי'ן שליט"א אין ארץ הקודש.






תגובות