top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער תשובי וויליאמסבורג אונטער'ן רושם פון שבת מרומם בצל כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 5 דקות

דינסטאג פרשת חיי שרה • כ''ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

"מעין עולם הבא יום שבת מנוחה" האבן אלפי תושבי וויליאמסבורג זוכה געווען צו שפירן און מיטלעבן אויף א העכערן פארנעם, מיטהאלטנדיג דעם אומפארגעסליכן שבת מרומם פ' וירא העעל"ט מלא התרוממות ודביקות בצל קדשו פונעם אורח הגדול מגדולי מנהיגי יהדות החרדית בארה"ק, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א.


דורכאויס די יעצטיגע וואכן וואס דער רבי שליט"א געפינט זיך צוגאסט אין ניו יארק ווערן די טעג פארוואנדלט אין ימי הוד והתעלות פאר תושבי ניו יארק רבתי, וועלכע האבן די זכי' זיך צו געפינען במחיצתו וליהנות מאורו הבהיר.


באזונדער ווערט דער ביקור המרומם אויסגענוצט פאר די זכי' רוממה ונשגבה צו מחזק זיין די בארימטע מבצרי תורה ועבודה וחסידות "קהל חסידי ירושלים" ואנפי' בארה"ק, ארויסצוצייגן סאלידאריטעט מיט אחים לדעה וואס פירן א געהויבענעם לעבן בטהרת הקודש, ולעמוד לימין קדשו פון רבי'ן שליט"א העומד על משמרת הקודש, להחיות נפש צדיק צו קענען ממשיך זיין עבודת קדשו מתוך הרחבת הדעת ומנוחת הנפש.


פון די הויפט מאורעות בצל קדשו איז בלי ספק דער גרויסארטיגער דערהויבענער שבת בצל הקודש וואס איז געפראוועט געווארן פארגאנגענעם שבת אין וויליאמסבורג, ביי וועלכע אלפי חסידים ואנשי מעשה, דורשי ומבקשי ה', ידידים ואורחים ונדיבי לב, בראשות רבנים וגדולי תורה והוראה האבן זיך משתתף געווען, זיך געווייקט ביי די תפילות און טישן, און זיך אנגעשעפט אוצרות פון קדושה והתחזקות לעבודת ה'.


דער רבי שליט"א האט זיין אכסני' אין שטאט בבית הנגיד החסיד ר' שמעון ישראל פערלמוטער הי"ו, וואס דורכאויס די צייט בזמן שהצדיק בעיר ווערט די אכסניא פארוואנדלט אין א בית ועד לחכמים.


די געהויבענע תפילות און טישן זענען פארגעקומען ברוב עם הדרת מלך אין די גרויסע זאלן פון "עידן פעלעס", וואס זענען געווען מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס און מאקסימום טישן און בענק, צו אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור בליעה"ר וואס זענען געקומען להתחמם לאורו.


פון א קורצע צייט נאכ'ן דאווענען האט זיך שוין אנגעהויבן א מאסן שטראם צום זאל, וואס איז כסדר געווארן געווארן מער איבערגעפילט ביז ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען צום עריכת שלחן הטהור.


מה נהדר הי' המראה צו זעהן דער אויבנאן באשיינט פון פילע חשוב'ע רבנים פון איבער די שטאט, צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזען: הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א אב"ד מכלל יופי וחבר ביד"ץ ד'סאטמאר, הגה"צ רבי חיים היללער שליט"א אב"ד רחמי האב, הגה"צ אב"ד טעטש שליט"א, הגה"צ אב"ד לינז שליט"א, הרה"ג רבי יהוסף שווארץ שליט"א מו"ץ קהל יטב לב, הרה"ג רבי זושא כ"ץ שליט"א מו"ץ קהל יטב לב, הרה"ג רבי מנשה פילאפף שליט"א בן הגה"צ אב"ד מכלל יופי שליט"א, הרה"ג רבי חיים קלמן גוטמאן שליט"א דומ"ץ קהל יטב לב סאוט-אכט, הרה"ג רבי אלחנן חיים פילאפף שליט"א מו"ץ קהל יטב לב, הרה"ג רבי יואל שמעון פריעדמאן שליט"א חדב"ן כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א, הרה"ג רבי שמואל יעקב מייזעלס שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מרדכי לייב דקיט"ל קרית יואל, און נאך.


דער גאנצער שלחן הטהור פון אנהויב ביז צום סוף איז געווען איין שטיק ברען, התלהבות קודש, וואס האט דערווארימט טויזנטער אידישע הערצער און מלהיב געווען לבבות ישראל בנועם זיו קדושת שבת, אנגעהויבן מיט די קאכעדיגע זמירות, די עבודת הקודש בשעת'ן טיש, די ווארימע אמרי קודש, דברי תורה והתחזקות, די פלאמעדיגע ריקודי קודש און אזוי ווייטער, יעדע פרט ופרט.


דורכאויס דער טיש איז געווען צוגעשטעלט א מוסטערהאפטיגער סדר פאר אמירת לחיים, ווען דער ריזיגער ציבור האבן געהאט די זכי' צו קענען פערזענליך דורכגיין און וואונטשן לחיים, ולעומתם ברוך יאמרו במאור פנים.


נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט פלאמעדיגע ריקודי קודש כנוסח קארלין, זינגענדיג איין הייליגער זמר מערערע מאל פאר א לענגערע צייט, וואס האט אנגעהאלטן פאר א משך פון קרוב צו אהאלבע שעה, דער זאל האט זיך געהויבן אין העכערע ספערן, וינועו אמות הסיפים.


שבת אינדערפרי איז זיך ווידער צוזאמגעקומען א ריזיגער ציבור צו די געהויבענע תפילות אין די זאלן פון "עידן פעלעס". כמעשהו בלילה כך מעשהו ביום, זענען די תפילות אפגעראכטן געווארן מיט א פלאם פייער און השתפכות הנפש, ספעציעל ווען ס'איז געקומען צו נשמת כל חי.


בשעת קריאת התורה האט זיך געשפירט א געהויבענע אטמאספערע אין זאל, בפרט ווען ס'איז געקומען צו די קריאות וואס מ'ליינט ראש השנה כידוע מפי ספרים וסופרים אז הקריאה מעורר הזמן, און בשעת מ'ליינט די סדרה ווערט נתעורר רחמי שמים און ס'עפענען זיך די שערי שמים להשפעות טובות.


די "מיטאג טיש" בצפרא דשבתא איז געפראוועט געווארן אויף א פנימי פארנעם, בבית האכסניא הרבני הנגיד המרומם ר' שמעון ישראל פערלמוטער הי"ו, וואו א הערליכער ציבור אנשים מכובדים, ידידים, אורחים וגדולי התומכים ונדיבים האבן געהאט די זכי' צו מיטהאלטן די געהויבענע סעודה במחיצת קודש, וואס איז געווען שעות של עונג רוחני ליהנות מאורו פונעם רבי'ן שליט"א בעת די זמירות, דברי תורה, סיפורי קודש וענינים על הפרשה.


ווי פארשטענדליך איז געווען דער הויכפונקט פונעם שבת קודש, די געהויבענע זמן פון רעוא דרעוין וועלכע איז געפראוועט געווארן מיט אן אויסטערלישער חמימות דקדושה, בהשתתפות אלפי ישראל, זקנים עם נערים, אין שפיץ פון פילע חשוב'ע רבנים ופני העדה פון איבער די שטאט, וועלכע זענען געקומען זיך ווארימען די הערצער אין דעם געהויבענעם זמן בעת נעילת שער פונעם שבת המרומם. עס האט זיך אויך אנגעזען א פרישער ציבור וועלכע זענען אריינגעקומען פון ווייטערע געגנטער.


במשך שעה'ן לאנג איז דער ציבור געווען פארזאמעלט אינאיינעם תחת קורת גג אחד און זיך נישט געוואלט אוועקרייסן פון די העכערע מאמענטן וואס מ'האט מיטגעהאלטן בצל הקודש, אנגעהויבן פון די התעוררות'דיגע ניגונים וזמירות ביז נאך די לענגערע דברות קודש והתחזקות לעבודת ה', וואס איז געווארן פאסיג אויסגענוצט ביים ציבור אלס "פתיחת הזמן", זיך אנצושעפן עמערס חיזוק והתעלות אויפ'ן לאנגען ווינטער זמן.


נאך מעריב האט זיך געשלענגעלט א לענגערע רייע פונעם ציבור וואס איז דורך וואונטשן 'א גוטע וואך' ולהתברך מברכותיו.


מיט איבערגיסנדע הרגשים האט דער ציבור פארלאזט דעם זאל אהיימנעמנדיג פילע זעק מיט השפעות והתחזקות.


צו הבדלה און ויתן לך איז דער רבי שליט"א אריבער בבית הנגיד ר' מרדכי גאלד הי"ו מגדולי תומכי קהל חסידי ירושלים, וואס איז געווען א הערליכער איבערלעבעניש פאר די משתתפים. דער רבי שליט"א האט ווארים געוואונטשן פאר'ן בעל אכסניא און איבערגעלאזט ברכות לרוב, אל תוך ביתו להניח ברכה.


בעפאר מלוה מלכה איז דער רבי שליט"א אריבער זיך משתתף זיין ביים שמחת שבע ברכות במעון הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, וועלכער האט מיט גרויס שמחה וידידות אנטפאנגען דעם גרויסן גאסט שליט"א בעת שמחתו, וואס האט דערביי משמיע געווען מדברות קדשו און ווארים געוואונטשן די בעלי שמחה ובראשם דער דיין שליט"א.


צו מלוה מלכה איז דער רבי שליט"א אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד המפואר ר' יואל וויינטרויב הי"ו מחשובי תומכי קהל חסידי ירושלים בארה"ק, וואס איז געפראוועט געווארן אויף א הערליכן דערהויבענעם פארנעם, רייך און עלעגאנט צוגעשטעלט מיט די השתתפות פון פילע געלאדענטע געסט, ידידים ונדיבים החשובים.


במשך די יעצטיגע טעג ווערט דער ביקור המרומם ווייטער נמשך מיט גרויס הצלחה, פארוואלנדיג די חסידי'שע גאס אין ניו יארק אין א יום טוב'דיגע שטימונג, האבנדיג צוגאסט דעם גרויסן גאסט מנקיי הדעת שבירושלים, רבה דעמיה ומדברנא דאומתיה, מקברינטי יהדות החרדית.


דעם רבי'נס אכסניא ווערט טעגליך באלאגערט דורך פילצאליגע אידן וועלכע קומען אריין אל הקודש פנימה, לעצה ותושי' ולברך ולהתברך. באזונדער שיינען ארויס די ביקורי כבוד פון גדולי רבנים וועלכע קומען באגריסן דעם גרויסן גאסט און פארברענגען בשיחות תלמידי חכמים, בתורה וחסידות והתחזקות.


אין לויף פון די טעג ווערן אויך אפגעהאלטן הערליכע פריוואטע מסיבות בבתי נגידים ונדיבים בעם, וועלכע שפירן פאר א זכי' נדירה לארח חכם וצדיק בתוך ביתם, און דערביי ארויסצוגיין א פעסטע רוקנביין מיט הערליכע נדבות און אומגעהויערע חיזוק אונטערצוהאלטן די הייליגע בארימטע פעסטונגען פון "קהל חסידי ירושלים", מבצרים אדירים פון תורה ועבודה וחסידות על טהרת הקודש העומדים לנס עמו ומתונססים לתפארה תחת דגלו והדרכתו פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכע פארשפרייטן א הימלישע ליכטיגקייט איבער ירושלים של מעלה.


בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה, הוא זיוה והוא הדרה.



תגובות


bottom of page