טויזנטער האבן מיטגעהאלטן געהויבענע שמחת החתונה במעונו פון הגאון ר' שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת עטרת שלמה
דינסטאג פרשת חיי שרה • כ''ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בקול צהלה ורנה האבן טויזנטער בני תורה זוכה געווען מיטצולעבן די גרויסארטיגע שמחת החתונה פון די כלה א טאכטער פון הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת "עטרת שלמה". די חתונה איז פארגעקומען אין די כתר הרימון זאל אין בני ברק וואס איז באלאגערט געווארן דורך טויזנטער לומדי תורה, ספעציעל די הונדערטער תלמידים פונעם ישיבה-נעץ "עטרת שלמה" מכל רחבי ארץ ישראל, וועלכע זענען זיך געקומען מיטפרייען בשמחתו פונעם גרויסן ראש ישיבה כשהשמחה במעונו, און האבן מיטגעלעבט די ריקודין עלאין מיט א פלאם פייערדיגן קאך און ברען וואס דער ראש ישיבה האט מעריך געווען באש להבה.
אין לויף פון די שמחה האבן מפאר געווען מערערע גדולי הדור וראשי ישיבה, צווישן זיי הגאון האדיר רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, דער זקן ראשי הישיבות הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א, דער פאנאוויטשער ראש ישיבה הגאון רבי ברוך דוב פוברסקי, הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר, אזוי אויך פון די חסידישע קרייזן כ"ק האדמורי"ם מסאדיגורא, אלכסנדר, קאזמיר, הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא, הגאון הגדול רבי משה שאול קליין רב שכונת אור החיים, און אזוי אויך פילע עסקנים ואישי ציבור פון אלע שיכטן און קרייזן.
אינעם הויכפונקט פון די ריקודי קודש האט זיך דער ראש ישיבה הגאון רבי שלום בער זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ אויפ'ן הויעכן פלאטפארמע וואס איז ספעציעל אויפגעשטעלט געווארן, אין ריקודין עילאין אויף די ניגונים "המה כרעו ונפלו" און "עוצו עצה ותופר", וואו דער ראש ישיבה האט מעודד געווען די ריקודין און אויסגעשריגן אינעם מייק בקול רעש גדול 'דברו דבר ולא יקום', און די ציבור האלפים הייבט זיך אין די לופטן, מיט די ניגוני המערכה קעגן די ביטערע גזירת הגיוס, וואס דער ראש ישיבה איז ווי באקאנט מראשי הלוחמים בגאון ובעוז.
די שמחה האט זיך פארצויגן ביז אין די קליינע נאכט שעות, און האט איבערגעלאזט א טיפן רושם אויף די טויזנטער משתתפים לומדי תורה תלמידים ומעריצים פונעם געהויבענעם בעל שמחה הגאון רבי שלום בער שליט"א.



































































































תגובות