top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבן מאסו הבונים: היסטארישער מעמד הנחת אבני הפינה פאר צוויי נייע בנינים פון מוסדות מונקאטש אין מאנסי

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 4 דקות

מאנטאג פרשת חי' שרה • כ''ב חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער JDN

מיט גרויס פראכט און התרגשות איז דעם פארגאנגענעם זונטאג, אפגעראכטן געווארן דער מעמד ״הנחת אבני הפינה״ פאר די נייע בנינים פון ״ישיבה יודעי בינה מונקאטש״ און ״תלמוד תורה תפארת בנים מונקאטש״, בראשות דער נשיא המוסדות כ״ק אדמו״ר ממונקאטש שליט״א, וועלכער האט פערזענליך געלייגט די מגילות היסוד און אבני הפינה פאר ביידע בנינים.


דער מעמד איז פארגעקומען אינעם ריזיגן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן שטח פונעם נייעם בנין הישיבה אין דער עירמאונט געגנט, בהשתתפות גדולי האדמו״רים והרבנים שליט״א פון מאנסי, הורי וזקני התלמידים, חסידים, נדיבים און ידידי המוסדות פון מאנסי און אנדערע מקומות. די איבער פינף הונדערט תלמידי המוסדות בליעה״ר זענען געשטאנען אויף די פארענטשעס לענגאויס ביידע זייטן פונעם שאטער, און האבן מיט זייערע ריינע קולות פארשיינט דעם מעמד.

דער נייער בנין הישיבה וואס וועט אויפגעבויט ווערן וועט אנטהאלטן א גרויסן היכל בית המדרש, א מקוה, ברייטע שיעור־צימערן, א חדר אוכל און אן אוצר הספרים. דער בנין התלמוד תורה וועט פארמאגן העכער 55 טויזנט סקווער פיס, מיט צענדליגע קלאס־צימערן, א גרויסן חדר אוכל, א היכל התפלה און אפיסעס פאר די אדמיניסטראציע.


די ארבעט אויף ביידע שטחים האט זיך שוין אנגעהויבן אין די וואכן פארן מעמד, מיטן איינווארפן די אלטע געביידעס און צוגרייטן דעם באדן. בעלי מלאכה און געטרייע עסקנים, צווישן זיי אברכים און הורי התלמידים, זעצן פאר די ארבעט, מיט דער האפענונג צו קענען בקרוב אריינפירן די תלמידים אין די נייע בנינים.


דער מעמד האט זיך געעפנט מיט דברי פתיחה פון הרה״ג ר׳ יואל שלעזינגער שליט״א, ר״מ בישיבת יודעי בינה מונקאטש, וועלכער האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון לייגן די אבני הפינה פאר ביידע מוסדות אינאיינעם, און געשילדערט די עבודת החינוך אונטער דער נשיאות פונעם רבי׳ן שליט״א ובהדרכת בנו הגה״צ רבי ירוחם פישל ראבינאוויטש שליט"א ראש ישיבת יודעי בינה, אויפן דרך התורה והחסידות פון רבותינו הקדושים לבית מונקאטש.


דעם ״דבר המוסד״ האט איבערגעגעבן הרב חיים ליב קליין שליט״א, פון די אקטיווע חברי ועד ההנהלה. אינצווישן די דרשות האט מען ארויסגעהויבן די נגידים החשובים וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן ריזיגע געלטער לטובת די נייע בנינים, ובתוכם הרבני הנגיד הרב ר׳ וואלף זיכערמאן שליט״א, ראש הקהל מונקאטש ומח״ס אוצר פלאות התורה וואס האט אפגעקויפט די זכות פונעם היכל התפלה אינעם תלמוד תורה, ועתו עמו הנגיד מוה״ר אברהם יהודא ראזענבערג הי״ו און הנגיד מוה״ר מנחם מענדל גרינבערגער הי״ו וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט גרויסע זכותים אין די נייע בנינים.


מיט חרדת קודש האט דער ציבור געהערט די דברות קודש פון כ״ק אדמו״ר ממונקאטש שליט״א, וועלכער האט ארויסגעברענגט די חסדי ד׳ וואס באגלייטן די מוסדות זינט זייער התייסדות. דער רבי שליט״א האט באצייכנט דעם שנעלן וואוקס אלס חוץ לדרך הטבע, בזכות אבותיו הקדושים: דער בני יששכר, דער יודעי בינה — אויף וועמענס נאמען די ישיבה הייסט, דער שם שלמה, דער דרכי תשובה — אויף וועמענס ספר ״תפארת בנים״ דער תלמוד תורה הייסט, און דער מנחת אלעזר זי״ע.


דער רבי שליט״א האט דערמאנט די זכרונות פונעם מנחת אלעזר זי״ע, וואס ווערן איבערגעגעבן פון עלטערן און זיידעס צו די קומענדיגע דורות, זיינע ווארענונגען מיט הונדערט יאר צוריק איבער דעם חורבן וואס די ציונים וועלן אנמאכן, און זיין שטענדיגן חיזוק אין דער אמונה און ציפיה לביאת המשיח. אויך האט דער רבי שליט״א ארויסגעהויבן די עבודת הקודש פון די עסקנים, וועלכע האבן זיך פארגאנגענעם חודש באטייליגט ביי דער אסיפה איבער די בוי־פלענער.


צו די תלמידים האט דער רבי שליט״א זיך געוואנדן, אזוי ווי מען לייגט יסודות פאר די נייע בנינים, דארף יעדער תלמיד בויען זיין אייגענעם רוחניות׳דיגן בנין אויף תורה, יראת שמים און מדות טובות, זיך באנייען מיט פרישן חשק און כסדר שטייגן. דער תכלית פון די בנינים איז דער אויפבוי פון תלמידי חכמים ויראי ד׳, וועלכע וועלן ווייטער טראגן די הייליגע מסורה.


דער רבי שליט״א האט אנגעוואונטשן די נדבנים, עסקנים און משתתפים, און מסיים געווען מיט א הייסע תפילה, אז אזוי ווי מען פרייט זיך דא כאיש אחד בלב אחד מיטן בנין המוסדות, זאל מען בקרוב זוכה זיין צום בנין בית מקדשינו ותפארתינו.


דערנאך האט דער מנהל התלמוד תורה, הרב ר׳ חיים נחום מערמלשטיין שליט״א, רב דקהל שער התפילה פאמאנא, איינגעלייטעט די שירים וחרוזים פון די תלמידים.


ביים הויכפונקט פונעם מעמד האט דער רבי שליט״א אויפגעוויקלט און געלייענט די צוויי מגילות היסוד, באזונדער פאר יעדער מוסד, און געלייגט דערויף חתימת יד קדשו. די מגילות אנטהאלטן די תולדות המוסדות, די נעמען פון די נדבנים און תחינות וברכות. דאס מיטלייגן די מגילות היסוד איז א מנהג שוין איינגעפירט ביים הייליגן דרכי תשובה זי״ע אין מונקאטש.


די קאפעליע, אנגעפירט דורכן מונקאטשער משורר ר׳ שמעון ענגעל הי״ו, האט געזונגען דעם ניגון ״פתחו לי שערי צדק״, וואס איז מקובל מדור דור בבית מונקאטש און ווערט געזונגען ביי הלל ראש חודש, בעת דער רבי שליט״א האט אריינגעלייגט די מגילת היסוד און געגאסן די צעמענט פארן בנין הישיבה, און דערנאך געטון דאס זעלבע פארן בנין התלמוד תורה.


נאך דעם רבי׳ן שליט״א זענען די חשובע אדמו״רים ורבנים שליט״א פון מאנסי מכובד געווארן אינעם גיסן די יסודות, אינצווישן זיי איז געווען האדמור"ים מסקולען מאנסי, ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי, בארניב, קאליש, דאמבראווא, הגה"צ רבי מרדכי שטיינער שליט"א אבד"ק בית מרדכי, הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אבד"ק סאטמאר מאנסי, הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי בן האדמו"ר מסקווירא, הרה"צ רבי יעקב יוסף האגער בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, און דערנאך די נדיבים, בוני הבנינים, עסקנים און חברי ההנהלה.


צום שלוס זענען די הונדערטער תלמידים דורכגעגאנגען פארנט פונעם רבי׳ן שליט״א, וועלכער האט יעדן באזונדער געשאנקן מעות קודש אלס מזכרת פונעם טאג. עטליכע עלטערן האבן דערביי אויסגעדרוקט זייער רצון זיך אנצושליסן מיט נדבות און אפקויפן זכותים אין די נייע בנינים. דערנאך האבן די עלטערן מיט זייערע קינדער זיך באטייליגט מיטן גיסן די אבני הפינה, לויט א ספעציעל צוגעגרייטן סדר.


גלייך נאכן מעמד איז דער רבי שליט״א, באגלייט פון די עסקנים, אריבערגעפארן צום שטח פונעם נייעם בנין התלמוד תורה און זיך אומגעקוקט אויף די פארשריט פון די צוגרייטונגען צום בויען.


דער געהויבענער טאג האט איבערגעלאזט א טיפן רושם אויף אלע משתתפים, מיט דער תפלה צו זען בקרוב די צוויי בנינים שטיין על תילם, אנגעפילט מיט קול תורה ותפלה פון הונדערטער תלמידים, לשם ולתפארת בית מונקאטש ולתפארת כלל ישראל.



תגובות


bottom of page