top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לברך ולהתברך: האד' מנדבורנא ירושלים באזוכט ביי אחיו הגדול האד' מנדבורנא לרגל השמחה במעונו

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פרשת חיי שרה • כ''ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

דעם זונטאג אויפדערנאכט, בעת כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א האט זיך געפונען אין שטאט בני ברק לרגל עטליכע שמחות ביי די חסידים, איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, צו וואונטשן מזל טוב לרגל די חתונה פון א אייניקל, וואס איז פארגעקומען פארלאפענעם וואך בעת דער רבי פון ירושלים האט זיך געפונען אין ניו יארק לטובת מוסדותיו הקדושים.


דער נדבורנא רבי האט מכבד געווען דעם ברודער דער נדבורנא רבי פון ירושלים מיט פירות און וויין, די רבי'ס האבן געטרונקען לחיים לכבוד די שמחה און זיך געוואנטשן ברוב ברכות. דערביי האט זיך אנטוויקלט א לענגערע שמועס בעניני שמחה במשנתם פון צדיקי בית נדבורנא. נאכן באזוך האט דער נדבורנא רבי ארויסבאגלייט דעם ברודער לרחובה של עיר.



תגובות


bottom of page