top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ירושלים: הארצרייסנדע לוויה פון הילד ישראל דן טאוב ע"ה אייניקל פון האד' ממודזיץ

לפני 16 דקות
זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פרשת חיי שרה • כ''ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

מיט צעבראכענע הערצער האבן הונדערטער חסידי מודזיץ, בני המשפחה און גוטע פריינד באגלייט דעם מוצאי שבת קודש למנוחות דעם רך בשנים, נפש נקי וצדיק, הילד ישראל דן טאוב ע"ה, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, א זון פון בנו הרה"צ רבי שלמה צבי טאוב איידעם פון הגה"צ רבי יעקב יצחק בידערמאן שליט"א האדמו"ר מלעלוב ירושלים, וואס איז דעם ערב שבת בפניא דמעלי שבתא נפטר געווארן נאכן זיך מוטשענען די לעצטע חדשים מיט די ביטערע מחלה ל"ע.


שוין דורכאויס דעם שבת אין די מודזיצער הויף אין בני ברק האט זיך געשפירט בין כותלי הביהמ"ד די רושם מיטן אנקום פון די שווערע בשורה ביים כניסת השבת. טראץ דעם שווערן בראך, האט דער רבי שליט"א נישט ארויסגעוויזן קיין צייכן פון אבילות דורכאויס שבת, נאר אדרבה, ארויסגעוויזן א שמחה יתירה אין א בחינה פון "וידום אהרן", בפרט ווען עס איז געווען א שבתא דריגלא – די שבת שבע ברכות פון א אייניקל ביים רבי'ן, וואו דער רבי האט אפגעראכטן די שולחנות הטהורים ברוב עם הדרת מלך לרגל השמחה במעונו.


מוצאי שבת האט זיך א גרויסע ציבור פארזאמלט ביים בית הלויות שמגר אין ירושלים, קיין אויג איז נישט געבליבן טרוקן ביים רירנדן הספד פונעם פאטער הרה"צ רבי שלמה צבי שליט"א, וועלכע האט בקול בוכים מצדיק געווען דין שמים באהבה און ארומגערעט בשבחו פון דעם נפש נקי וצדיק מיט זיין גאלדענעם הארץ לכל דבר שבקדושה אין זיינע קורצע יארן, ער האט זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים, בני המשפחה, און די ארגאניזאציעס וואס האבן זיך אוועקגעגעבן און געשטאנען צו הילף אין די שווערע זמנים.


דערנאך האט כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א משמיע געווען קורצע הארציגע דיבורים ארויסהייבנדיג ווי מען האט שוין אין אזא יונגן עלטער געזען זיינע מידות טובות און אז דאס קינד איז א העכערע נשמה, דער רבי האט ארומגערעדט מיט דברי חיזוק ואמונה אז מען זאל גלייבן אז אלע תפילות וואס דער ציבור האט געדאוונט אומאויפהערליך גייען נישט לאיבוד, און דערציילט ווי מען האט געזען עין בעין במשך די גאנצע תקופה ניסים למעלה מדרך הטבע אדאנק תפילות ישראל, און דערביי געפאדערט ממשיך צו זיין די אלע קבלות טובות וואס מען האט מקבל געווען אין תפילה, תוספת שבת און אין אלע ענינים, וואס די אלע קבלות באגלייטן ארויף דעם נפטר לשמי מרום.


נאך די הספדים האט דער פאטער ר' שלמה צבי געריסן קריעה בשם ומלכות כדין, און דער זיידע דער מודזיצער רבי האט געזאגט קדיש. דערנאך האט אויך דער זיידע האדמו"ר מלעלוב ירושלים געזאגט קדיש, און הונדערטער חסידים און בני המשפחה האבן מיט שווערע געמיטער באגלייט די מיטה צום ריכטונג פון הר הזיתים ווי ער איז געקומען לקבורה בחלקת אבותיו אדמור"י בית מודזיץ.


די מיטה איז דורכגעגאנגען זיין שטוב אין אויף רחוב עלי הכהן וואו דער עלטער זיידע הרה"ח הישיש ר' יעקב אורי הי"ו איז ארויסגעקומען זאגן א קדיש.


אויפן הר הזיתים האט זיך אויך באטייליגט דער עלטער-פעטער כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וועלכער איז ספעציעל אריינגעקומען פון עיר הקודש צפת וואו דער רבי וויילט אויף אפרוה, און האט מיטגעהאלטן ביז נאכן סתימת הגולל.


תהא נשמתו צרורה בצרור החיים


תגובות


bottom of page