top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ירושלים: שמחת השבע ברכות במעונו פון הגאון רבי משה צדקה שליט"א מגדולי מנהיגי עדת הספרדים

לפני 33 דקות
זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פרשת חי' שרה • כ''ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזוני

פארלאפענע וואך דאנערשטאג איז אין ירושלים פארגעקומען די שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל ביי הגאון הגדול רבי משה צדקה שליט"א, ראש ישיבת פורת יוסף, ומגדולי מנהיגי עדת הספרדים. בראש השמחה האט זיך משתתף געווען דער פאר הדור הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שכטר שליט"א וועלכער איז געקומען מחזק זיין דעם ראש הישיבה וואס איז שוין עטליכע יאר לוחם בראש המערכה אנטקעגן די ביטערע גזירות הגיוס אין ארץ ישראל, פון וואס די ספרד'ישע געמיינדע איז ספעציעל באטראפן געווארן, זייענדיג ברייט באוואוסט מיט זיין שארפע און אויסגעשפראכענע קעגנערשאפט קעגן יעדע סארט פשרה בנוגע די גזירות הגיוס.


רבי יעקב מאיר האט א קורצע וויילע ארומגעשמועסט מיט'ן ראש ישיבה בנועם שיח, דערנאך געמאכט א ברכה און זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד מיט די חתן און מחותנים. אויפ'ן אויבן אן האט דער רב שליט"א אויך באגריסט דעם מקובל הגאון רבי בניהו שמואלי שליט"א פון ירושלים.


דוד ארזני

תגובות


bottom of page