top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מתולדות אברהם יצחק ערהאלט אוצר פון ספרי קודש מעזבון אביו הרה"ק מתולדות אהרן זצוק"ל נאך דרייסיג יאר פון הסתלקות

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' נצבים וילך • י"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות און עקסטאז ווערט אויפגענומען אין די חסידישע וועלט די היסטארישע נייעס, ווען נאך דריי צענדליגע-יאר פון דער הסתלקות לגנזי מרומים פון כ"ק אדמו"ר בעל "דברי אמונה" מתולדות אהרן זצוק"ל, איז א גאר אומשאצבארער אוצר פון ארום הונדערט ספרים מבית גנזיו אנגעקומען לביתו נאווה קודש פון בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, און וועט בסייעתא דשמייא אין די נאנטע צוקונפט צוטיילט ווערן שווה בשווה צווישן די בני משפחת המלוכה די קינדער האדמורי"ם והרבנים שליט"א לבית תולדות אהרן.

די אריבער הונדערט ספרים יקרי ערך ווערן אפגעשאצט אין א שוויות פון איבער א מיליאן דאלער און זענען געלעגן אונטער שלאס און זיגל במשך די אלע דרייסיג יאר, צווישן די ספרים געפונען זיך זעלטענע ספרים פון דפוס ראשון וואס זענען כמעט נישט בנמצא, און בנוסף איז פארהאן אין דעם אוצר, א שיינע צאל ספרים וואס דער רבי זצ"ל האט געהאט מירושת אבותיו, ובתוכם ארום צוואנציג ספרים וואס האבן באלאנגט צו זקינו הגה"ח המפורסם רבי משה דייטש זצ"ל, וואס אט די ספרים זענען געהיטן געווארן מיט א שמירה יתירה, נאכדעם וואס דער רבי דער בעל דברי אמונה זצ"ל האט איבערגעלאזט א צוואה אז צוליב איר אומשאצבארע חשיבות זאל מען בשום אופן נישט פארקויפן די הייליגע ספרים, נאר עס זאל פארבלייבן צווישן די צאצאים.

אצינד, נאך אינטענסיווע שתדלנות מצד די עסקנים און ממונים מטעם ק"ק תולדות אברהם יצחק, זענען די ספרים איבערגעגעבן געווארן דורך די נאמני ביתו פונעם רבי'ן זצ"ל, צום היימישן אדוואקאט הרה"ח ר' אהרן פויגל הי"ו וועלכע איז געשטעלט געווארן מטעם בית כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אלס ממונה אין דעם ענין, און דעם דאנערשטאג איז ר' אהרן אנגעקומען צום רבינס שטוב, מיט'ן ווערטפולער אוצר הספרים. דער רבי שליט"א האט איבערגענומען די ספרים מיט א קענטיגע התרגשות און חרדת קודש, און האט א לענגערע צייט מעיין געווען אין די אוצרות מיט א חיבה יתירה, ארויפברענגענדיג נאסטאלגישע זכרונות מימי קדם.

אין די נאנטע טעג וועט דער רבי אויפנעמען א שטאב פון מומחים וואס וועלן אפשאצן די ווערד פון יעדן ספר באזונדער און אזוי וועלן די ספרי קודש צוטיילט ווערן בשווה ובסדר יפה אף נעים, צווישן אלע ברודער האדמורי"ם והרבנים שליט"א,  הלא המה כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, משפחת הגה"צ רבי אהרן קאהן זצ"ל אבד"ק דברי אמונה מאנסי, הגה"צ רבי משה קאהן שליט"א ראש ישיבת תולדות אהרן, כ"ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א און כ"ק אדמו"ר ממבקשי אמונה שליט"א.



תגובות


bottom of page