בפרוס ימי הרחמים והרצון: האד' מוויזניץ לאנדאן פוקד געווען ציון הק' אין אתרא קדישא מירון
- לפני 12 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
פרייטאג פ' ראה • כ''ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
דעם זונטאג אויפדערנאכט כחצות הלילה האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א פוקד געווען דעם ציון הקדוש אין אתרא קדישא מירון, זייענדיג אונטערוועגנס צום לופטפעלד נאכ'ן פארוויילן די לעצטע צוויי וואכן אין ארצינו הקדושה אויף אפרוה.
דער רבי שליט"א איז אנגעקומען קיין מירון באגלייט דורך א גרויסע עדה חסידים, און איז בחרדת קודש אריין אינעם מערה וואו דער רבי האט זיך געשטעלט ביים ציון הקדוש און אנגעהויבן ספר רביעי בהשתפכות הנפש, און אויסגעפירט די מזמורים בהתעוררות רב. א געוואלדיגע התעוררות האט געהערשט ווען דער רבי האט פארגעזאגט "שיר המעלות ממעמקים" פסוק בפסוק אויפ'ן נוסח ימים הנוראים, און דערנאך די יהי רצון וואס דער רבי האט פארגעזאגט בדמעות שליש כבן המתחטא לפני אביו.
נאך אמירת תהלים האט דער רבי גענומען קוויטלעך, וואו ס'איז געווען א געלעגנהייט פאר די חסידים און עמך אידן וועלכע האבן זיך אויפגעהאלטן ביים ציון הקדוש דורכצוגיין מיט הזכרות להפקד בדבר ישועה ורחמים, בעת מען האט געזינגען ווארימע ניגוני דביקות והתעוררות.
נאכ'ן מעמד התפלה איז דער רבי ארויס אינעם חצר וואו מען איז געטאנצן "בר יוחאי" און נאך פזמוני ל"ג בעומר. דער רבי שליט"א האט דערנאך געזעגנט די חסידים לחיים ולשלום און איז ארויסגעפארן פון דארט צום לופטפעלד אויפ'ן וועג צוריק אהיים קיין לאנדאן, מיט א קורצע אפשטעל אין שטאט וויען-עסטרייך, וואו דער רבי שליט"א האט זיך אויפהאלטן מאנטאג אין לויף פונעם טאג לרגל א ברית ביי איינע פון די חסידים.







