כי בא אור"ך: געהויבענער שבת אין אנטווערפען מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א
- Bechatzros admin
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
תושבי אנטווערפען האבן געהאט די זכי און הנאה של קדושה מיטצולעבן א געהויבענעם רוחניותדיגן שבת במחיצת כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט.
מידי שנה בשנה קומט דער רבי שליט"א מאציל זיין מהודו צווישן די תושבי העיר. אויך הי יאר איז דער געהויבענער שבת פארוואנדלט געווארן אין א קוואל פון חיזוק פאר תושבי אנטווערפן וואס האבן געשטראמט אין די מאסן צום בית רחל זאל מיטצוהאלטן די געהויבענע תפילות און לעכטיגע טישן.
דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אין אנטווערפן דאנערשטאג נאכמיטאג. ביינאכט איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו אין דעם כולל ערב דחסידי וויזניץ לאנדאן וואו האבן זיך משתתף געווען די רבנים פון שטאט.
פרייטאג ערב שבת נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעשטאַט א באזוך ביי מחותנו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וועלכער האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט א שמחה גדולה.
אויף שבת איז געקומען צו פארן א שיינער ציבור חסידים פון לאנדאן אריינגערעכנט די תלמידי ישיבה גדולה תורת מרדכי וויזניץ.
דורכאויס שבת איז דער רבי צוגעגאנגען צו רוב טייל פון די תפילות לכבוד דעם שבת בעפאר דער יארצייט פון הרבנית אמא של מלכות אשת חבר הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל.
ווען דער רבי איז ערשינען אינעם זאל צו תפילת המנחה בפניא דמעלי שבתא איז עס שוין געווען געפאקט עד אפס מקום. צו מנחה האט דער רבי צוגעשיקט הגה"צ רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן.
צו קבלת שבת אין מעריב האָט דער רבי יורד געווען לפני התיבה. נאכן דאַווענען איז מען דורך זאגן שבת און שלום גענומען.
צו דער באשטימטער צייט איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש. ס'האבן זיך דערביי אנגעזען די חשוב'סטע אידן וואס אנטווערפן פארמאגט פון אלע שיכטן און קרייזן אין שפיץ פון די רבני העיר.
דער רבי האט מכבד געווען די אנוועזנדע רבנים מיט די זמירות, הרה"ג רבי שמואל לוריא דומ"ץ וויזניץ אנטווערפן, הרה"ג רבי אשר חיים שטערנבוך אב"ד אהל יעקב ודומ"ץ מחזיקי הדת און הגאון רבי בנימין פאגל ראש ישיבה קטנה וויזניץ אנטווערפן. מיט'ן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען כ"ק אדמו"ר משאץ אנטווערפען שליט"א.
שבת צופרי איז דער רבי צוגעגאנגען צו שוכן עד. ביי קריאת התורה האבן עלע געווען די נדיבים בעם וועלכע האבן מנדב געווען גרעסערע סכומים להוצאת השבת. נאכן ליינען האט דער רבי געבענטשט ראש חודש מיט גרויס התעוררות.
די סעודה שבת צופרי האט דער רבי געגעסן בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' אברהם גאטעספעלד הי"ו. נאכדעם איז דער רבי אריבער זיך משתתף זיין ביים מיטאג טיש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וואו עס האָט זיך אנטוויקלט שיינע שמועסן בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
ביי שלש סעודות האט דער רבי גערעדט דברי הכנה צום יום טוב חנוכה און געבענטשט ברכת המזון על הכוס. מוצאי שבת האט דער רבי געמאכט הבדלה אין שטוב פון בנש"ק הנגיד ר' שלום אנגעלשטיין.
ביינאכט איז פארגעקומען א רייכע מסיבת מלוה מלכה און דינער לטובת די וויזניצער מוסדות אין לאנדאן צו דעקן די צוויי גאר קאסטבארע אונטערנעמונגען פאר די נייע בניני המוסדות.
זונטאג אויפדערנאכט דעם ערשטן ליכטל חנוכה איז געווען דער מעמד הדלקת נר חנוכה אינעם בית רחל זאל, וואו דער רבי האט געצונדן במעמד קהל רב און מיט די השתתפות פון די צענדליגער רבני ודייני העיר.
דער רבי האט געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען מדברות קדשו מעניני דיומא און פארטיילט חנוכה געלט פאר די הונדערטער תושבי העיר.






















