top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע אנטדעקונג פון עיר קבורת רש"י הק' דורכאויס נסיעה פון ישיבת וויזניץ לאנדאן צו מקומות הק' אין פראנקרייך

  • לפני 14 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע טעג ווערט באקאנט א היסטארישע אנטפלעקונג איבער די שטאט וואו דער רבן של ישראל, דער הייליגער רשי ז"ל, ליגט באהאלטן, וואס איז ביז'ן היינטיגן טאג געווען מוטל בספק, און ס'איז געווען באצייכנט אלס "לא נודע קבורתו", אבער אצינד איז דאס פעסטגעשטעלט געווארן מיט א הונדערט פראצענטיגע קראנטקייט.


ווי באקאנט איז רש"י הק' געבוירן געווארן און געוואוינט רוב יארן אין שטאט טרויש, פראנקרייך, וואס דארט האט ער אויפגעשטעלט זיין ישיבה און געשריבן זיינע הייליגע פירושים וואס דערלייכט כלל ישראל ביז'ן היינטיגן טאג.


עס איז געווען אנגענומען אז דארט אין טרויש איז רש"י נסתלק און נטמן געווארן, אבער מיט די יארן איז אויפגעקומען פארשידענע השערות אז די מקום קבורה איז למעשה אין ווירמייזא אדער פראג, און מ'האט קיינמאל נישט געקענט פעסטשטעלן מיט א קלארקייט אז ער ליגט טאקע באהאלטן אין טרויש.


דער בארימטער ידען נפלא הרה"צ ר' לוי יצחק האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, וואס האט במשך די יארן מצליח געווען צו באגייסטערן די עולם התורה וחסידות מיט היסטארישע געפינסן און וואונדערליכע אנטפלעקונגען בתולדות יהדות והחסידות, האט זיך די לעצטע שטיק צייט שטארק אריינגעלייגט צו דערגרינטעווען דעם נושא און אויפקומען מיט א ענדגילטיגע קלארקייט צו לעזן די רעטעניש און פעסטשטעלן אז רש"י ליגט טאקע אין טרויש, ווי ס'איז געווען אנגענומען ביז היינט.


דער קלימאקס פון די פארש-ארבעט איז געווען ביי א פערזענליכע אפשטאט אין שטאט טרויש, ווען די תלמידי ישיבה גדולה וויזניץ לאנדאן זענען ארויסגעפארן אויף א ספעציעלע נסיעה צו די מקומות הק' פון רבותינו הק' הראשונים ובעלי התוספות אין טרויש, און אין ראמרוג, אלס אות הערכה פאר זייער הצטיינות מיט די "שעות צעטלעך", און די נסיעה איז באגלייט געווארן דורך הרה"צ ר' לוי יצחק שליט"א.


איז דערביי אויסגענוצט געווארן די געלעגנהייט צו אפירזוכן אויפ'ן ארט און ביי די לאקאלע שטאטראט די אור-אלטע דאקומענטן און מאפעס, ווען באזונדער האט הרב לוי יצחק אין די טעג בעפאר די נסיעה, באזוכט אין די לעגענדארע "אקספארד" לייברערי אין ענגלאנד, מיט'ן ציל צו טרעפן פרישע אומבאקאנטע כתבי ידות וואס קענען ווארפן א ליכט אויף דעם נושא.


נאכ'ן נישטערן א לענגערע צייט האט ר' לוי יצחק מצליח געווען צו טרעפן א היסטארישע כתב יד אין די אקספארד לייבערי וואו עס ווערט קלאר איברצייגט אז מקום קבורת רש"י איז טאקע אין טרויש, אן איבערלאזן דערין קיין שום צל של ספק.


יעצט ביי די נסיעה קיין טרויש איז אויף דעם ארויף אפגעהאלטן געווארן זיצונגען מיט די הויכראנגיגע לאקאלע באאמטע און מ'ארבעט יעצט אויס די פרטים צו קענען שטעלן א "מצבה" ביים בית החיים אין שטאט, ווען באזונדער ארבעט מען יעצט אהערצושטעלן א נוסח מצבה, באזירט אויף די לשונות פון די בעלי התוספות וואס זיי שרייבן בגדולתו וקדושתו פון רש"י הק'.


bottom of page