האד' מוויזניץ לאנדאן אפגעראכטן פירות טיש לכבוד חמשה עשר בשבט אין מאנסי מיט נגידי ותומכי המוסדות
- Bechatzros admin
- לפני 18 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' יתרו ט"ז שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN
דעם זונטאג נאכט ליל חמשה עשר בשבט האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א מעריך געווען דעם שולחן הטהור לכבוד היום תוך אמוני על סגולה, מיט נגידים און תומכים מיט'ן ציל צו שאפן סכומים אדירים פאר'ן אויפבוי פון די נייע בניני המוסדות מעבר לים אין לאנדאן.
דער טיש איז פארגעקומען אין די וויזניצער ישיבה אויף 20 עשעיל אין מאנסי וואו עס זענען געלאדענט געווארן די חשובע תומכי ומחזיקי תורה און נאך אנשים חשובים און וויזניצער חסידים פון מאנסי והגלילות.
ביי די מעמד האבן אויפגעטראטן דער יושב ראש הרה"ג ר' חיים בערגער שליט"א מגי"ש ביהמ"ד הגדול וויזניץ מאנסי, און א דרשה נלהבה איז געהערט געווארן דורך דער נואם בחסד עליון הרה"ג ר' יואל כהן שליט"א ראש הכולל באבוב מאנסי וועלכע האט אנגעווארמט די הערצער פון די משתתפים.
דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש וברכה, וואו די רבי האט ארויסגעהויבן די ווארעמקייט וואס מען זעהט ב"ה ביים היימישן עולם פאר די היימישע מוסדות, און איבערגעלאזט ברכות לרוב פארן גאנצן פארזאמלטן ציבור.
נאכן טועם זיין פון די פארשידענע מיני פירות האט דער רבי האט פארטיילט פירות פאר די גרעסערע נדיבי עם קודש, און נאכן טיש זענען אלע משתתפים דורך באקומען פירות פון רבי'ן באגלייט מיט ברכת קדשו.






