ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל
- Bechatzros admin
- לפני 20 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: לפני שתי דקות
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט די לעצטע הכנות צו די נסיעה רוממה וואס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועט אונטערנעמען קיין ניו יארק און דערנאך קיין ארץ ישראל דעם קומענדיגן אנהייב חודש שבט הבעל"ט.
דער רבי שליט"א וועט ארויספארן קיין ניו יארק מאנטאג פ' בשלח צו מפאר זיין על ראש שמחתו ביי די חתונה פון א אייניקל, דער חתן א זון פון זיין זון הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א פון מאנסי וואס וועט פארקומען די נאכפאלגנדע וואך אין שטאט מאנסי.
אין לויף פון די וואך וועט די רבי שליט"א ארומפארן צווישן די שטעט אלס טייל פון די מסעי קודש פונעם רבי'ן ברחבי תבל לטובת די הרחבת גבולי הקדושה פון הקמת בנינים כבירים אינערהאלב די וואקסנדע אימפעריע פון מוסדות וקהלת וויזניץ אין לאנדאן. דער צענטראלער באנקעט לטובת די מוסדות וועט פארקומען ביום חמשה עשר בשבט וואו דער רבי וועט דערביי מעריך זיין דעם שולחן הטהור לכבוד היום אינאיינעם מיט די הונדערטער נגידי ותומכי המוסדות.
שבת פ' בשלח וועט פארקומען די שבת עלייה לתורה אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי, וואו די רבי וועט אפרעכטן אלע תפילות און טישן אינאיינעם מיטן עלטערן ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, עס וועט נאכפאלגן די געהויבענער שמחת החתונה מיטוואך יתרו אין גרויסן וויזניצער ביהמ"ד אין מאנסי און די שבת שבע ברכות וואס וועט ווידעראמאל געפראוועט ווערן אינעם וויזניצער הויף אין מאנסי.
זונטאג משפטים וועט דער רבי שליט"א ארויספארן אויפן וועג קיין ארץ ישראל צו באשיינען א משפחה שמחה, די חתונה בבית גיסו הגה"צ אבד"ק קאלוב ביתר שליט"א, בנו הגדול פונעם רבינס שווער כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, וועלכער מאכט חתונה דעם יונגסטן קינד בשעטומ"צ.
דער רבי שליט"א וועט וויילן אין ארץ ישראל אויף עטליכע טעג, דורכאויס די ימות החול, אויף ביז שב"ק, זייענדיג א פרישער געלעגנהייט פאר חסידי וויזניץ אין ארץ ישראל זיך מסתופף זיין בצל הקודש, און באגלייטן דעם רבי'ן אויף די מקומות הק' אין ארץ ישראל.



