top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינער שידוך געשלאסן בחצרות סקווירא - וויזניץ - קאלוב; הכלה בתו הצעירה פון הרה"צ רבי אהרן מענדל טוורערסקי שליט"א

  • לפני 17 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' ראה • כ' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בחדוה עילאה האבן אלפי חסידי סקווירא זיך געוואונטשן מזל טוב לרגל די שמחה הרוממה אינעם רבינ'ס הויף, די שידוך שליסן פון א כלה תחי', אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, בתו הצעירה ביי בנו הגדול הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א, מיט'ן חתן, עלטסטער אור-אייניקל פונעם רבינ'ס שוואגער, הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, אייניקל ביי חתנו הגה"צ רבי ברוך שטערנבוך שליט"א, אב"ד וויזניץ בראכפעלד, א זון פון זיין זון הרה"ג רבי חיים מאיר שטערנבוך שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-לאנדאן שליט"א, חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א.


דער שידוך האט ארויסגערופן גרויס פרייד צווישן חסידים ואנשי מעשה בכלל, ובפרטיות ביי די חסידים פון די געהויבענע זיידעס שליט"א פון וועמען חתן וכלה ציען דעם שיינעם יחוס, און חוקרי יחוס צייכענען דעם אייגנארטיגן יחוס, ווען דער שידוך איז געקניפט און געבינדן, ובפרט דער געהויבענער יחוס פון די צדיקי בית וויזניץ פון וועמען חתן וכלה זענען אייניקלעך איינמאל און נאכאמאל.


די שידוך איז געשלאסן געווארן פרייטאג פ' ואתחנן בפניא דמעלי שבתא אין שיכון סקווירא ביי אן ענגער מעמד לחיים אינאיינעם מיט די משפחת המלוכה. זונטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד די שידוך שליסן בבית נאוה קודש פונעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפואה שלימה אין וויליאמסבורג, מיט די באטייליגונג פון א שיינעם ציבור, קרובי המשפחה, חסידים און גוטע פריינט. מען האט געטרונקען לחיים, זיך געוואונטשן איינער דעם אנדערן, און געטאנצן לכבוד די שמחה. נאכן מסיבת לחיים איז דער מחותן הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א אריין צוזאמען מיט בתו הכלה בחדרו הפרטי פונעם זיידן דער קאלובער רבי שליט"א אפצונעמען ברכת מזל טוב לכבוד די שמחה.מאנטאג עקב נאכמיטאג איז פארגעקומען א באזונדערע מעמד לחיים בבית נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, במעמד פון די בני המשפחה, וואו דער רבי שליט"א האט געטרונקען לחיים און פארברענגט בנועם שיח אינאיינעם מיט די קרובי המשפחה פון ביידע צדדים, ווי מען האט געשמועסט איבער די גרויסע יחוס פון חתן און כלה און נאך פארשידענע ענינים, און דער רבי שליט"א האט כנהוג מקדמת דנא איבערגעגעבן דעם טאשן זייגער פאר'ן חתן. עקסטער האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן פאר די באבע הרבנית הצדיקת מוויזניץ לאנדאן תליט"א, וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן קיין ניו יארק לכבוד די שמחה.


אינצווישן האבן טויזנטער חסידים איבערגעפילט דעם אלטן בית המדרש הגדול אין שיכון סקווירא, וואו ס'איז פארגעקומען די שמחת האירוסין ברוב פאר והדר. צו דער באשטימטער צייט, איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די שמחה אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים. מען האט געזונגען א רייע פרייליכע ניגונים און ניגוני הודאה. דער רבי שליט"א האט נאכאמאל טועם געווען לקח און לחיים און פארטיילט פון די שיריים פאר די משפחת המלוכה.אויפן אויבן אן האבן באשיינט א צאל אדמורי"ם ורבנים חשובים, קרובי המשפחה, צווישן זיי די פעטערס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-ירושלים שליט"א, הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא-מאנסי שליט"א, הגה"צ אבד"ק זלאטיפאל שליט"א, האדמו"ר משאץ-מאנסי, אזוי אויך האדמו"ר מרחמיסטריווקא-מאנסי, האדמו"ר מרחמיסטריווקא ספרינג וואלי, האדמו"ר מזוועהיל, און נאך.צום שלוס פונעם שמחת האירוסין איז מען דורך וואונשן מזל טוב פאר די געהויבענע זיידעס און מחותנים. און שפעטער ביינאכט איז פארגעקומען א באשיידענע מסיבת מרעים  לכבוד די שמחה,  מיוחד פאר די משפחת המלוכה אין שטוב פונעם בעל שמחה הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א, וואו מען האט ווייטער פארברענגט בשירות ותשבחות לכבוד די גרויסע שמחה בבית צדיקים.




bottom of page