top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבד חסיד: נפטר געווארן הגה"ח רבי משולם זושא פוקס זצ"ל גבאי נאמן ביהמ"ד הגדול וויזניץ לאנדאן

  • לפני 17 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: לפני 9 שעות

דאנערשטאג פ' תצוה • ט' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אבד חסיד מן הארץ: מיט פארקלעמטער הערצער האבן חסידי וויזניץ לאנדאן היינט באגלייט למנוחות האי גברא רבה ויקירא, הגאון החסיד רבי משולם זושא פוקס זצ"ל, וועלכער איז נעכטן נפטר געווארן בכתר שם טוב אין עלטער פון פינף און זיבעציג יאר.


 דער נפטר ר' זושא איז נישט בלויז געווען א חסיד מן המניין, נאר א פערזענליכקייט וואס יעדער האט ארויפגעקוקט, א מושלם בתורה ובחסידות וואס האט געדינט אלס דער רוח החיים אין די וויזניצער קהילה אין לאנדאן צענדליגער יארן.


ר' זושא ז"ל איז געווען א זון פון הרה"ח ר' שבתי זאב פוקס ז"ל, מחשובי חסידי וויזניץ אין ניו יארק, וואס איז געווען א אייניקל פון החסיד המפורסם רבי מרדכי חונא פוקס זצ"ל, זיין מוטער איז געווען א טאכטער פון הרה"צ רבי משולם זושא ווייסבלום זצ"ל מליזענסק וועלכע האט געצויגן זיין יחוס בן אחר בן ביז צום הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע, און צו אנדערע צדיקי עולם צווישן זיי דער קדושת לוי, צמח השם לצבי, הרה"ק רבי בערטשע פון נאדווערנע זי"ע ולמעלה בקודש.


נאך זיין חתונה מיט זיין חשובן אשת חיל א טאכטער פון הרה"ח ר' שמעון לארענץ ז"ל, האט זיך ר' זושא אריבערגעצויגן לאנדאן הבירה, וואו ער האט לאנגע יארן געדינט אלס געטרייע מחנך און מרביץ תורה, און אריינגעבאקן דעם אויסגעטראטענעם דרך אין די קומענדיגע דורות. ער איז געווען א מלמד דרדקי אין די סאטמארער תלמוד תורה, און שפעטער א מגיד שיעור אין ישיבת מאחנובקא בעלזא, וואו ער האט מעמיד געווען הונדערטער תלמידים הגונים יראים ושלמים. באזונדער איז ער געווען באקאנט אלס א מדריך חתנים, וואו הונדערטער אינגעלייט האבן פון אים באקומען די ריכטיגע הדרכה והשקפה איידערן אויפשטעלן זייערע שטובער, אין צוגאב איז ער געווען באקאנט מיט זיין עבודה שבלב זו תפילה מיט אן אש להבה, און מיט די שיעורים וואס ער פלעגט איבערגעבן פאר בחורים און אינגעלייט תמידין כסדרן מיט א ספעציעלן חן און געשמאק.


אין דעם וויזניצער בית המדרש אין לאנדאן איז ער געווען פון די פני העדה, נאך מיט יארן צוריק, איידער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א איז אנגעקומען קיין לאנדאן משמש צו זיין ברבנות, איז ר' זושא געווען דער וואס האט אנגעפירט מיט'ן גאנצן בית המדרש, ער האט אלע יארן געדינט אלס גבאי נאמן, און צוגעשטאנען צום רבי'ן שליט"א אין אלע ענינים בנאמנות. ער איז געווען אן אמת'ער איש חסד, שטענדיג גרייט צו העלפן יעדן איד מיט אן אפן הארץ און א גוט ווארט.


ער לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים מבורך, חשובע קינדער מרביצי תורה ועסקנים נאמנים אין די מוסדות הקדושים דחסידי וויזניץ אין ניו יארק, צווישן זיי  ציילן זיך די היימישע שריפטשטעלער הרה"ח ר' שמואל פוקס, און הרה"ח ר' מענדל פוקס משמש בקודש ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א, צווישן זיינע ברידער לאזט ער איבער להבחל"ח הגאון המפורסם רבי מנחם מענדל פוקס שליט"א גאב"ד שומרי החומות רמות אין עיה"ק ירושלים.


די לוויה איז ארויס היינט פארמיטאג פון בית המדרש הגדול וויזניץ אין לאנדאן, וואו הרה"ח ר' שלמה טויסיג שליט"א האט מספיד געווען בשם די קהילה, שפעטער נעבן זיין הויז האט מספיד געווען בנו הרב חיים מאיר פוקס מנהל תלמוד תורה וויזניץ אין וויליאמסבורג. פון דארט איז די ארון אפגעפירט געווארן צום היטרו לופטפעלד אויפן וועג קיין ארץ ישראל, וואו די לויה וועט פארקומען מארגן ערב שבת אין קרית וויזניץ בני ברק, און ער וועט קומען לקבורה אויפן וויזניצער בית החיים.


תהא נשמתו צרורה בצרור החיים



bottom of page