עולם התורה אין אייראפע באוויינט פטירה פון הגאון רבי עזריאל ראזענבוים זצ"ל ר"מ בישיבת געיטסהעד
מוצאי שבת פרשת תולדות • ד' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שוקי לרר
דער עולם התורה אין אייראפע האט מיט שווערע געמיטער אויפגענומען די ביטערע בשורה דעם מוצאי שבת, איבער די פטירה פון דער לאנגיעריגער מרביץ תורה ומעמיד תלמידים לאלפים, הגאון רבי עזריאל ראזענבוים זצ"ל, ר"מ בישיבת געיטסהעד ומח"ס זכרון משה, וועלכער איז נסתלק געווארן דעם שבת אין עלטער פון 84 יאר.
דער חשוב'ער נפטר איז געבוירן געווארן אין בודאפעסט אונגארן אינדערהיים, און האט געצויגן א יחוס פון רבנים וגאונים מפורסמים ביז צום הייליגן חתם סופר זי"ע, צו וועמען ער איז במשך כל ימי חייו געווען אדוק ומקושר מיט אן אויסטערלישער התקשרות, און אין יעדן געלעגנהייט ביי דרשות און שיעורים פלעג ער נאכזאגן מדברי תורתו פונעם חתם סופר.
זייענדיג אלט 12 יאר האט ער באוויזן צו אנטלויפן פונעם דעמאלטסדיגן קאמיניסטישן פירערשאפט און איז אנגעקומען קיין ענגלאנד, וואו ער האט זיך באזעצט אין געיטסהעד. א קורצע צייט נאך זיין חתונה איז ער אויפגענומען געווארן דורכ'ן ראש הישיבה הגאון רבי לייב גורביץ זצ"ל אלס מגיד שיעור אין די געיטסהעדער ישיבה, וואו ער האט קרוב צו א יובל יארן מרביץ תורה געווען און מעמיד געווען טויזנטער תלמידים לשם ולתפארת.
דער גאון ז"ל איז געווען א מוסטער פאר זיינע תלמידים, פון א פארצייטישן גאון פון דערהיים. באזונדער איז ער געווען אויסגעצייכנט מיט זיין געוואלדיגע הארת פנים און זיין שטענדיגן שמייכל, און פרייליכע געמיט. בחייו האט ער ארויסגעגעבן לומדישע ספרים על הש"ס מיטן נאמען זכרון משה, על שמו ולזכרו פון זיין פאטער הרב משה ראזנבוים ז"ל.
מיט עטליכע יאר צוריק האט דער גאון ז"ל ליידער געליטן א סטראוק, וואס האט אים שטארק באגרעניצט, אבער טראץ דעם האט ער ווייטער אנגעהאלטן זיינע חברותות, און אנגעגאנגען מיט זיין הרבצת התורה וויפיל עס איז נאר געווען שייך, ביז דעם שבת, ווען ער איז ליידער נסתלק געווארן אין זיין שטוב אין געיטסהעד, במעמד פון זיינע נאנטע תלמידים און בני המשפחה.
די לויה וועט ארויסגיין מארגן זונטאג 12 אזייגער מיטאג פון די גרויסע געיטסהעדער ישיבה, וואו דער גאון ז"ל האט מרביץ תורה געווען במשך אזויפיל יארן, און ער וועט קומען לקבורה אויפ'ן בית החיים אין שטאט.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.







תגובות