top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נפש נקי וצדיק: נפטר געווארן הילד ישראל דן טאוב ע"ה אייניקל פון האדמור"ים ממודזיץ און לעלוב ירושלים

לפני 7 דקות
זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פרשת וירא • י"ט חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט אומגעהויערע צער איז דעם פרייטאג ביים זמן כניסת השבת אויפגענומען געווארן די בשורה קשה ביי חסידי מודזיץ בפרט איבער די פריצייטיגע פטירה פון האי נפש נקי וצדיק בנן של קדושים הילד ישראל דן טאוב ע"ה, א דריי יעריג קינד, אייניקל פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, וואס איז נפטר געווארן נאכן זיך מוטשענען די לעצטע חדשים מיט שווערע יסורים ל"ע. די נפטר מגזע אראלים ותרשישים איז געווען א זון פון הרה"ג רבי שלמה צבי הירש טאוב שליט"א פון ירושלים בנו הצעיר פונעם מאדזיצער רבי'ן שליט"א, און איידעם פון הגה"צ רבי יעקב יצחק בידערמאן שליט"א האדמו"ר מלעלוב ירושלים זון פון הרה"ק רבי שמעון נתן נטע מלעלוב זצ"ל בעל הר בשן.

פארלאפענעם זומער איז דאס קינד ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע בלויז א חודש פאר ער איז געווארן דריי יאר. זיין חאלאקע איז פארגעקומען צווישן די שפיטאל ווענט אין שפיץ פונעם זיידן די מודזיצער רבי און זינט דאן איז ער אריבער גאר שווערע באהנדולנגען מיטמאכנדיג ליידער שווערע יסורים ומכאובים.


חסידי מודזיץ בתוך כלל ישראל האבן דורכאויס די תקופה כסדר איינגעריסן לרפואתו השלימה, אבער ליידער איז די גזירה געווען פארשריבן און נאך עטליכע טעג וואס ער האט זיך געפונען אין א קריטישע געזונט צושטאנד איז ער דעם פרייטאג בפניא דמעלי שבתא ווען ער האט אויסגעהויכט זיין נשמה ליוצרה, לדאבון לב די משפחת המלוכה און חסידי מודזיץ וועלכע האבן שווער אויפגענומען די בשורה קשה.

די לויה גייט ארויס היינט מוצאי שבת צען אזייגער פון בית הלויות שמגר צו הר הזיתים ווי ער וועט קומען לקבורה, ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ושנשמע ונתבשר בשורות טובות.


תגובות


bottom of page