top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שאק און שוידער אין אמשינוב — מרת חיה לאה מיליקובסקי ע"ה שנור פון האד' מאמשינוב נפטר געווארן אין בליענדן עלטער

לפני 9 שעות
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פרשת וירא • ט"ו חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת: שאק און שוידער האט ארומגענומען חסידי אמשינוב, נאכ'ן ערהאלטן די ביטערע בשורת איוב איבער די פריצייטיגער פטירה פון האשה החשובה מרת חיה לאה מיליקאווסקי ע"ה, אשת חבר הרה"צ רבי משה מיליקאווסקי שליט"א, בנו חביבו ויד ימינו פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, וועלכע איז נפטר געווארן אין בליענדן עלטער פון בלויז 34 יאר, איבערלאזנדיג נאך זיך א קינדער-געבענטשטע שטוב מיט יתומים ל"ע.

די ידיעה, וואס האט זיך נארוואס צושפרייט ווערט גאר שווער אויפגענומען צווישן די הונדערטער אמשינובער חסידים, וועלכע זענען שטארק צוגעבינדן צום רבינס זון, הרה"צ רבי משה שליט"א, וועלכער דינט אלס דער מוליך ומביא אין דעם רבינס שטוב און איז שטענדיג עוסק בצרכי ציבור באמונה למען הכלל והפרט.

רבי משה איז ממש רוב שעות בייטאג און ביינאכט עומד ומשרת אביו הגדול, און שטייט לימין קדשו פונעם רבי'ן מיט אלע סארט השתמשות, וואס איז אן עבודה קשה שבמקדש, צו קענען ממלא זיין די אלע תקפידים לויט'ן רבי'נס זייגער, וואס איז, כידוע, למעלה מן הזמן. ער איז איז אקטיוו הן מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן בכל עת וזמן, און ווי אויך גייט דורך אים אלע הזכרות און קוויטלעך, ועל פיו ישק כל דבר אינעם אמשינובער הויף.

די חשוב'ע נפטרת ע"ה איז געווען א טאכטער פון הרה"ח ר' ישראל בן שם שליט"א, אן איידעם ביי הרה"ח ר' פנחס ראזענטאל שליט"א פון ירושלים ביידע מחשובי חסידי אמשינוב.

זינט איר חתונה אין יאר תשע"ב האט זי זיך אוועקגעגעבן מיט אן אויסטערלישער מסירות נפש צו מגדל זיין אירע קינדער און זיך אפגעבן מיט אלע צרכי הבית, בעת איר מאן, הרה"צ רבי משה שליט"א, איז געווען פארנומען מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן.

רבי משה וועלכער וואוינט אין ביתר פלעג כמעט יעדן טאג פארן קיין בית וגן, צו זיין ביים רבי'ן, ווען זיין געטרייע אשת חיל די חשובע נפטרת האט דאס געזען פאר א זכי', צו האבן א חלק אין דעם רבינס עבודת הקודש. בנוסף האט זי געדינט אלס א לערערין און עוסק געווען אין חינוך הבנות, וואו זי האט אוועקגעשטעלט תלמידות על דרך ישראל סבא.

ליידער האט זי אין די לעצטע צוויי יאר זיך געמוטשעט מיט די ביטערע מחלה, ל"ע. לויט דער הוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, איז איר מצב הבריאות געהאלטן געווארן בצנעה, אן קיין פרסום, בעת אין די משפחת המלוכה האט מען כסדר מרבה געווען בתפלה ובתחנונים לרפואתה השלימה.

היינט מאנטאג נאכט איז זי פלוצלינג צוזאמגעפאלן אין שטוב. די הצלה האבן א לענגערע וויילע פרובירט איר צוריקצוברענגען, אבער ליידער איז נאך א קורצע צייט באשטעטיגט געווארן די שווערע נייעס, און זי האט אויסגעהויכט איר ריינע נשמה, אין עלטער פון בלויז 34 יאר, איבערלאזנדיג א שטוב מיט יתומים ל"ע.

די לוויה קומט פאר היינט אויפדערנאכט 2:00 פון אמשינובער שטיבל אויף רחוב דרכי איש אין ביתר, שפעטער ביים אמשינובער ביהמ"ד אין בית וגן בית מדרשו של רבי, און פון דארט וועט מען באגלייטן די מיטה צום הר המנוחות וואו די חשובע נפטרת וועט קומען לקבורה.


ת.נ.צ.ב.ה.


תגובות


bottom of page