top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבבות בני תורה פארזאמלט ביי צענטראלער כינוס בחירות אין בני ברק אין שפיץ פון גדולי ראשי הישיבות מנהיגי עולם התורה

לפני 7 שעות
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פרשת וירא • ט"ו חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

נאך א פולן וואך וואס די גדולי וזקני ראשי הישיבות, מרן הגאון האדיר רבי דוב לנדא שליט"א און מרן הגאון האדיר רבי משה הלל הירש שליט"א, האבן מכתת רגלם געווען לאורכה ולרחבה פון ארץ ישראל ארויסצוברענגען דעם חובת השעה צו שטיצן די "יהדות התורה" פארטיי (אות ג'), לקראת די מארגנדיגע וואלן, נעכטן זונטאג - א מעת לעת בעפאר די קריטישע וואלן אפגעהאלטן געווארן די צענטראלע כינוס בחירות אין עיר התורה בני ברק.


רבבות אלפי ישראל פון די ליטווישע קרייזן, בני ישיבות, אברכים, ראשי ישיבות, רבנים, בעלי בתים, זקנים עם נערים האבן זיך פארזאמלט ברחובה של עיר, אין די נייע מתחם הסופרים געגענט ביים עק שטאט, זיך מאחד צו זיין ארום די הנהגה פון די מנהיגי עולם התורה אין דעם יעצטיגער גורל'דיגער זמן.


אלס טשעירמאן פונעם מעמד האט געדינט הרב אליעזר סורוצקין שליט"א יו"ר החינוך העצמאי. נאך אמירת תהילים בהתעוררות רב, האבן אויפגעטרעטן הגאון רבי שריאל ראזנבערג שליט"א ראב"ד בד"ץ בני ברק, דער געוועזענער חבר הכנסת און פארזיצער פון די דגל התורה פארטיי משה גפני, חבר הכנסת יעקב אשר, און הגאון רבי אריה לייב שפירא שליט"א משגיח ישיבת פאנאוויטש לצעירים.


א שטורעם פון התרגשות האט באנומען דעם ציבור האלפים ווען גדולי ישראל שליט"א זענען ערשינען אויפן אויבן אן, ווען דער ציבור האט אויסגעבראכן אין א געזאנג "אשרי העם שככה לו". דאן האט הגאון רבי בונים שרייבער שליט"א ראש ישיבת נתיב הדעת ארויסגעברענגט מיט הארציגע דיבורים די ערנסטקייט פון די יעצטיגע מערכה וואס ליגט אויפן וואגשאהל.


אינעם הויכפונקט פונעם מעמד האט דער זקן ראש הישיבות הגאון האדיר רבי דוב לנדא שליט"א אדרעסירט דעם ציבור הרבבות, און אויסגעשריגן מנהמת לבו איבער דעם מצב איום ונורא וואס הערשט אין ארץ ישראל, באטאנענדיג אז ער איז שוין נישט קיין יונגערמאן און ער געפינט זיך אין ארץ ישראל נאך פון איידער די מדינה איז אויפגעשטאנען, און ער האט במשך די יארן צוגעזען די שרעקליכע רדיפות הדת אויף אידישע קינדער בפרט אויף די בני עדות המזרח דורך די ציוניסטישע מדינה, אבער עס איז נאך קיינמאל נישט צוגעקומען צו אזא מצב איום ונורא ווי מיר געפינען איצט, און דערביי ארויסגעברענגט דעם חוב צו וועלן פאר יהדות התורה. באזונדער האט דער ראש ישיבה מעורר געווען די בני הישיבות זיך צו שטארקן בלימוד התורה און נישט זיין פארנומען מיט די תוצאות פון די וואלן.


דערנאך זענען געהערט געווארן שארפע דיבורים פונעם חבר מועצת גדולי התורה הגאון האדיר רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א, און פונעם ראש ישיבה הגאון האדיר רבי משה הלל הירש שליט"א, איבער דער חוב צו קעמפן פאר אידישקייט אין דער יעצטיגער שעת מלחמה. ווי אויך האט מען געהערט די חובת השעה פון די גדולי ראשי הישיבות שליט"א: הגאון רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון, הגאון רבי אביעזר פילץ שליט"א ראש ישיבת תפרח, הגאון רבי צבי דרבקין שליט"א ראש ישיבת גרודנא, און הגאון רבי שרגא שטיינמאן שליט"א ראש ישיבת ארחות תורה.


דער מעמד איז געשלאסן געווארן מיט קבלת עול מלכות שמים פארגעזאגט דורך הגאון רבי אברהם יצחק קוק שליט"א ראש ישיבת מאור התלמוד, וואס האט אפגעהילכט בקול רעש גדול.



תגובות


bottom of page