top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וגילו צדיקים: געהויבענער שמחת נישואין אין די הויפן פון ניקלשבורג - ראזלא - קרעטשניף סיגעט

לפני 8 שעות
זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פרשת וירא • ט"ו חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין,JDN

פילע תלמידים וחסידים זענען אונטערן רושם פון די געהויבענע שמחה אין די הויפן פון ניקלשבורג - ראזלא - קרעטשניף סיגעט, וואס איז אפגעראכטן געווארן בסימן טוב ובמזל טוב בקול רנה והמון חוגג.


בשטומ"צ איז געגאנגען אונטער די חופה החתן א זון פון הרה"צ ר' חיים אלי' יואל איליאוויטש שליט"א, זון פון הגה"צ גאב"ד יעמערינג שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה, עב"ג די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' מאיר יהוסף ראטטענבערג שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מראזלא שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א.


דער שמחת נישואין איז אפגעראכטן געווארן דאנערשטאג לך אין די זאלן פון תפארת עלקא אין מאנסי, וועלכע איז געווען ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור.


דער מעמד החופה איז אפגעראכטן געווארן פארנט פונעם זאל, און מ'האט דערביי געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות. מיט "סידור קידושין" איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"צ גאב"ד יעמערינג שליט"א, מיט "קריאת הכתובה" הגה"צ אבד"ק מישקאלץ שליט"א, דער עלטער פעטער מצד הכלה. מיט די ברכות ראשונות דער פעטער מצד החתן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א וואס איז געקומען צופארן צו די שמחה פון ארה"ק, און מיט ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א.


נאכ'ן מעמד החופה האט דער רבי שליט"א מאציל געווען מברכת קדשו פאר'ן גאנצן ציבור און דערמאנט די הילולא פון רחל אמנו וואס איז אויסגעפאלן בו ביום, און מעורר געווען זכות אבות וואס קומען אראפ צו די שמחה. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען די פעטער'ס האדמור"ים מקרעטשניף סיגעט איבערצוגעבן דברי ברכה און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים לכבוד השמחה.


געהויבענע מאמענטן זענען געווען ווען דער ניקלשבורגער רבי שליט"א איז ערשינען צום שמחת החתונה, ווערנדיג אנטפאנגען לקול תרועת הזמר פונעם גאנצן ציבור, און פילצאליגע אידן זענען דורך וואונטשן לחיים און מקבל צו זיין מברכות צדיק.


במשך די סעודה און שפעטער ביי די ריקודין האט זיך אנגעזען א שטראם פון הונדערטער תלמידים וחסידים וואס האבן זיך מיטגעפריידט בשמחת בית צדיקים. ובראשם האבן באשיינט פילע אדמור"ים ורבנים חשובים קרובי המשפחה, צווישן זיי די פעטערס האדמור"ים מוויזניץ מאנסי, קאסאן, פארשעי, קאסאן הילקרעסט, קאסאן לעיקוואד, קרעטשניף סיגעט, ווערדאן פון ב"פ, גאב"ד סאטמאר בארא פארק. די רבני עיר מאנסי האדמו"ר מזידיטשויב פרעמישלא, אבד"ק סאטמאר מאנסי און נאך.


בשעת די ריקודין איז דער רבי שליט"א אראפגעגאנגען טאנצן מיטן חתן אינעם חלל פון זאל. דערנאך האבן די פעטער האדמור"ים מוויזניץ מאנסי און קאסאן געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה.


נאכ'ן בענטשן מיט וואס עס איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ רבי אהרן קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אהרן מאנסי, האט מען איינגעטיילט די שבע ברכות צווישן די פעטערס און מחותנים פון ביידע צדדים, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די פעטער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א פון וויליאמסבורג.


דאן האט מען צוגעטרעטן צום מצוה טאנץ, צוערשט איז געטאנצן די זיידע פון חתן הגה"צ גאב"ד יעמערינג שליט"א, און דערנאך האט דעם רבינס זון הרב ר' יואל לעבאוויטש שליט"א בקולו הנעים אויסגערופן דעם רבי'ן צו די מצוות ריקודין.


נאכן פארזינגען א רייע ווארעמע ניגונים פונעם אוצר הטוב לבית ניקלשבורג האט דער רבי שליט"א מאריך געווען בעבודת הקודש מיט גרויס התרגשות, און דערנאך געטאנצט מיט'ן חתן, מחותנים און בני המשפחה. עקסטער האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב מיט די פעטערס האחים האדמור"ים מקרעטשניף סיגעט, און מיט די אנדערע בני המשפחה.


שפעטער האבן געטאנצט די פעטערס צוערשט כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א און דערנאך כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א וועלכער האבן אראפגעלייגט א פייערדיגע עבודה אויפן קרעטשניפער שטייגער. צום לעצט האט מען אויסגערופן די אנדערע זיידעס און מחותנים שליט"א, און עס איז שווער געווען זיך צו שיידן פון די געהויבענע שמחה.


נאך די חתונה האט נאכגעפאלגט דער געהויבענער שבת שבע ברכות וואס איז אפגעראכטן געווארן בצל הקודש פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א אין שטאט מאנסי.


תגובות


bottom of page