top of page
הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת "עטרת שלמה" אויפגענומען בכבוד והערצה דורך האד' מבעלזא
דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אמ"ש דעם דינסטאג אויפדערנאכט איז אנגעקומען אויף א באזוך במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת "עטרת שלמה", וועלכער איז קיין קרית בעלזא אויפצוטרעטן מיט א דרשה פאר די תלמידי הישיבות הקדושות אין ראם פונעם ישיבת בין הזמנים "והראנו בבניינו". דער ראש ישיבה איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד. דער בעלזער רב האט זיך אינטערעסירט ביים ראש ישיבה איבער דעם נושא


היסטארישע זיצונג פון גדולי אדמורי"ם וראשי ישיבה אין ווייסן הויז; כסדר'דיגע נייעס בילדער און לייוו אפדעיטס
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש פאראייניגטע מכתב פון גדולי העסקנים למען קברי הצדיקים באייראפע צו האדמו"ר מבאבוב צו די היינטיגע באזוך אין וואשינגטאן. דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש די פרעזידענטליכע מטבע וואס פרעזידענט טראמפ יר"ה האט פארטיילט פאר די אנוועזנדע גדולי ישראל. 3:55 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש האדמו"ר מסאטמאר ביים פארלאזן די ווייסע הויז. 3:50 | דאנערשטאג נצ


נקראים אל המלך: אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ געלאדנט גדולי האדמור"ים צום ווייסן הויז
מוצאי שבת פ' כי תבא • ט"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש די חסיד'ישע וועלט נעמט אויף מיט איבערראשנדע שפאנונג די היסטארישע אנטוויקלונג בבית המלכות אין עיר הבירה וואשינגטאן, ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה האט אפגעשיקט א פערזענליכע איינלאדענונג צו די גדולי האדמור"ים אין אמעריקא, אויף א פריוואטע זיצונג דעם ענדע וואך אינעם ווייסן הויז. אין די לעצטערע טעג איז אנגעקומען די קעניגליכע הזמנות צו האחים האדמור"ים מסאטמאר שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א,


הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה באזוכט בהיכלו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך
פרייטאג פ' ראה • כ''ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך האט באזוכט ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות במעון תורתו אין ירושלים, הגאון האדיר רבי מלכיאל קאטלער שליט"א, ראש ישיבת בית המדרש גבוה ד'לעיקוואוד. עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים און זכרונות פון אמאל. בין השיחין האט דער פוסק הדור דערציילט פון זיינע זכרונות ווען הגאון האדיר רבי אהרן קאטלער זצ"ל האט באזוכט אין שטוב פון זיין פאטער הגאון רבי אשר שטערנבוך זצ"ל אין לאנדאן. ביים ענדע פו


הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת לעיקוואד איז מספיד הגה"צ ר' מרדכי בעק זצ"ל ראש ישיבת תפארת משה
מיטוואך פ' ואתחנן • ח' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ JDN דעם זונטאג נאכמיטאג איז הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד, אנגעקומען קיין מאנסי וואו דער ראש הישיבה שליט"א האט געהאלטן א הספד און משמיע געווען דברי זכרון שטייענדיג בתוך די השבעה נאך די פלוצימדיגע פטירה פון זיין נאנטן ידיד להבדיל בין חיים לחיים הגה"צ רבי מרדכי הכהן בעק זצ"ל ראש ישיבת תפארת משה אין מאנסי. ווי באקאנט האט דער ראש הישיבה רבי מרדכי געלערנט אין די בארימט


גדולי ישראל פארזאמלט אין שטוב פון זקן ראשי הישיבות הגרמ"צ בערגמאן שליט"א לטובת ישיבת רשב"י
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מעון תורתו פון זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א אין בני ברק, איז דעם ענדע וואך אפגעהאלטן געווארן א גרויסער כינוס גדולי ישראל אין בעפארברייטונג צו א גרויסארטיגן קאמפיין וואס וועט אפגעהאלטן ווערן לטובת החזקת ישיבת הרשב"י בנשיאותו. ביי די אסיפה האבן זיך אנגעזעהן די סאמע חשוב'סטע ראשי הישיבות פון די ליטווישע קרייזן, אין שפיץ פון מנהיג עולם התורה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"


בחסדי שמים: הגאון רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק באפרייט פון שפיטאל
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש דער עולם התורה האט מיט דערלייכטערונג אויפגענומען די גוטע בשורה, אז הגאון הגדול רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א, ראש ישיבת בריסק, איז בחסדי שמים באפרייט געווארן פון שפיטאל, נאכן זיין שפיטאליזירט עטליכע וואכן צוליב זיין געזונט־צושטאנד. ווי באריכטעט האט מען שוין פאריגע וואך זיך אנגעהויבן גרייטן פאר א מעגליכע באפרייאונג פון שפיטאל, אבער ליידער איז די מצב פלוצלינג צוריקגעפאלן, און מען האט שנעל אריינגעפירט דעם ראש ישיבה צום איט


מרוגש'דיגע באגעגעניש צווישן האד' מסקווירא מב"פ און ראש הישיבה הגאון ר' ישראל בונם שרייבער שליט"א לרפו"ש
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש הגאון רבי ישראל בונם שרייבער שליט"א לרפו"ש ראש ישיבת נתיב הדעת וואס וויילט די טעג אין ניו יורק אין ראם פונעם היסטארישן נסיעה דורך די גדולי ומאורי הדור לטובת דער 'קרן עולם התורה', האט נעכטן נאכמיטאג אפגעשטאט א באזוך במעון הקודש פון כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א מב"פ, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים. בין השיחין האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט רגשי הכרת הטוב פאר'ן רבי'ן שליט"א וואס האט אים שטארק ארויס


רבבות געבן אפ כבוד התורה אין שווערע היצן ביי מעמד אדיר "קבלת פני רבותינו" אין לעיקוואד
מוצאי שב"ק פ' שלח • כ''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מה נהדר היה המראה, וואויל זענען די אויגן וואס האבן זוכה געווען לראות את פני רבותינו שבארץ ישראל, ביים מעמד קבלת פנים רבתי וואס איז אפגעהאלטן געווארן אינעם עיר התורה וחסידות לעיקוואד, אונטער די שווער היצן זענען געשטאנען פילע טויזנטער אידן און אויסגעשריגן אז למען "כבוד התורה, הצלת התורה, נלך באש ובמים"! דער היסטארישער מעמד "קבלת פני רבותינו" איז פארגעקומען אויף די גיגאנטישער שטח הענקי ביים ישיבה קאמפלעקס פון ביהמ"ד גבוה וואו עס


בקשו רחמים: הגרא"י סאלאווייטשיק ראש ישיבת בריסק אפגעפירט אין שפיטאל צוליב נאכווייען פון הארץ אפעראציע
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש לקיים בנו חכמי ישראל: כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואתו השלימה פון הגאון האדיר רבי אברהם יהושע הלוי סאלאווייטשיק שליט"א, ראש ישיבת בריסק, וואס איז היינט אפגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים. ווי באריכטעט, איז דער ראש ישיבה שליט"א פארלאפענע וואך אדורך אן אפעראציע אויפ'ן הארץ און איז דעם אנהייב וואך באפרייט געווארן פון שפיטאל. דורכאויס די לעצטע טעג איז געשאפן געווארן קא


בשורות טובות: הגרא"י סאלאווייטשיק ראש ישיבת בריסק אריבער ערנסטע הארץ אפעראציע מיט גרויס הצלחה
מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט פארמיטאג איז הגאון הגדול רבי אברהם יהושע סאלאבייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק באפרייט געווארן פון שפיטאל וואו ער איז פארגאנגענעם וואך דאנערשטאג אריבער א הארץ אפעראציע וואס איז בחסדי שמים באקרוינט געווארן מיט הצלחה. די אפעראציע איז געווען פאראויס געפלאנט, אין ליכט פון פארשידענע מיחושים און קאמפליקאציעס וואס דער ראש הישיבה שליט"א האט געליטן אויף די הארץ, און איז דורכגעפירט געווארן דורך די פראפעסארן אין די הדסה עין כרם שפיטאל, א


שלשלת התורה: עקסטאזליכע שמחת החתונה במעונו פון הגאון רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק ראש ישיבת בריסק
מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN די עולם התורה לבית בריסק און הונדערטער תלמידים פון אומעטום האט מיט פייערליכע עקסטאז מיטגעהאלטן די גרויסארטיגע חתונה במעונו פונעם ראש ישיבה הגאון האדיר רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א, בבית בנו הגדול הגאון ר' יענקל סאלאווייטשיק שליט"א. די שמחה האט אויסגערופן א גרויסע שמחה ביי די טויזנטער תלמידים און אוהדים לבית בריסק, זעענדיג דערין א גאלדענע המשכה צו די שלשלת הקודש לבית בריסק, ווען דער מחותן הג


דעלעגאציע גדולי ישראל וועלן אפרייזן קיין דרום־אמעריקע צו ראטעווען "קרן עולם התורה" אין שאטן פון גזירת הגיוס
מיטוואך פ' אמור • י''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש נאכדעם וואס די גדולי ראשי הישיבות בארץ הקודש האבן באשלאסן נישט פאראויסצוגיין מיט דעם יעצטיגן חוק הגיוס פלאן צוליב די שווערע סאנקציעס וואס די מדינת ישראל רעגירונג האט אויסגערופן אויף די לומדי תורה, זענען די מנהיגי עולם התורה געקומען צו א החלטה אז מען מוז ווייטער ממשיך זיין מיט די הייליגע פעולות פונעם "קרן עולם התורה" אויף א פרישן פארנעם אפצוראטעווען דעם עולם התורה פון א פינאנציעלן צוזאמענבראך, וואו די גדולי ישראל וועלן ווידער נע


היסטארישע באזוך דורך ארגענטינא פרעזידענט מילעי יר"ה בהיכל ישיבת חברון אין ירושלים
מאנטאג אחרי קדושים • ג' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש א גאר זעלטענע און היסטארישע באזוך איז היינט אפגעהאלטן געווארן אין ישיבת חברון אין ירושלים, דורכן ארגענטינא פרעזידענט מילעי ירום הודו, וועלכע געפינט זיך די טעג אין ארץ ישראל, און איז אנגעקומען אויף א עמטליכע באזוך בתוככי הישיבה, ווי ער איז אויפגענומען געווארן מיטן פאסיגן כבוד המלכות דורך די הנהלת הישיבה און די הונדערטער תלמידי הישיבה אין שפיץ פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוד כהן שליט"א. טראץ דעם וואס מען שטייט און אנהייב פו


ריתחא דאורייתא: טיפזיניגע שיעור דורך הגאון רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון פאר תלמידי ישיבה גדולה ד'בעלזא
זונטאג פ' ויקהל פקודי • י"ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארגאנגענעם ערב שבת זכור א קארגע שעה איידער כניסת השבת איז הגאון הגדול רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון וחבר מועצת גדולי התורה, ערשינען אינעם ביהמ"ד המרכזי אין ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא ירושלים עיה"ק, ווי עס זענען געווען פארזאמלט די טויזנטער בחורי ישיבות בעלזא מכל רחבי ארץ ישראל, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת זכור בצלו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. דער ראש ישיבה שליט"א האט איבערגעגבן א טיפזיניגע ש


ושם האחד אליעזר: הגאון ר' אליעזר שלעזינגער שליט"א אויפגענומען למלאות מקום אביו הגאון האדיר ר"י הרמה זצ"ל
פרייטאג פ' משפטים • כ''ו שבט | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך ביי די מסע הלוי' אין עיר הבירה לאנדאן פונעם זקן ראשי הישיבות הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל ראש ישיבת הרמה לאנדאן, האט הגה"צ רבי שלום פריעדמאן שליט"א סגן ראב"ד לאנדאן מכתיר געווען ברא כרעיה דאבוה, בנו בכורו פונעם ראש ישיבה, הגאון הגדול רבי אליעזר שלעזינגער שליט"א, אלס ממלא מקום אביו מיט די הנהגת הקהלה הישיבות והכוללים וואס פונקציאנירן לשם ולתפארת אלס איינע פון די שענסטע מקומות תורה ותפלה אין שטאט לאנדאן. דער ר


מרוגש'דיגע באזוך פון הגאון ר' מרדכי יוסף קארנאווסקי משגיח ישיבה געיטסהעד ביי תלמידו האד' מסאדיגורא
דאנערשטאג פ' משפטים • כ''ה שבט | בחצרות הקודש אין אן אייגנארטיגע שריט פון תורה מחזרת על אכסניא שלה, איז כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א היינט אנגעקומען קיין עיה"ק ירושלים, וואו דער רבי האט באשיינט בראש המסובים ביים מעמד "כינוס התלמידים" פאר אלע תלמידים, בוגרים און יוצאי ישיבת געיטסהעד וואס לערנען אדער וואוינען אין ארץ ישראל, דער כינוס איז אפגעהאלטן געווארן אינעם פראכטפולן זאל פון "דזשרוזאלעם פלאם" אין די רוממה געגענט, אין בעפארברייטונג צום אלטוועלטליכן קאמפיין לטובת דעם בארימטן מ


פאר הדור והתקופה: הערליכע בילדער קאלעקציע מראות חייו פון זקן ראשי הישיבות הגאון רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל
מיטוואך פ' משפטים • כ''ד שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


נאסטאלגיע • הגאון ר' אליקים שלעזינגער זצ"ל ראש ישיבת הרמה לאנדאן אין א שמועס מיטן חרדי'שן זשורנאליסט ר' אריה ארליך
זונטאג פ' משפטים • כ''א שבט | בחצרות הקודש


100 יאר תורה: קורות ומראות חייו פון הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל ראש ישיבת הרמה לאנדאן | ביאגראפיע
דאנערשטאג פ' יתרו י"ח שבט | בחצרות הקודש דער עולם התורה האט נעכטן מיטוואך אינדערפרי מיט צער און טרויער אויפגענומען די בשורה קשה פון אייראפע איבער די הסתלקות לשמי מרום פון איינע פון די שרידים לדור דעה ומשיירי כנסת הגדולה, הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל ראש ישיבה הרמה, וועלכע האט אויסגעהויכעט זיין לויטערע נשמה לבוראו אין א שיבה טובה מופלגת זייענדיג 104 יאר אלט. מיט די הסתלקות פונעם ראש הישיבה זצ"ל איז פון אונז אוועקגעריסן געווארן א שריד לדור אחרון, א בריק וואס האט אונז צ


bottom of page
