דעלעגאציע גדולי ישראל וועלן אפרייזן קיין דרום־אמעריקע צו ראטעווען "קרן עולם התורה" אין שאטן פון גזירת הגיוס
- 29 באפר׳
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' אמור • י''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

נאכדעם וואס די גדולי ראשי הישיבות בארץ הקודש האבן באשלאסן נישט פאראויסצוגיין מיט דעם יעצטיגן חוק הגיוס פלאן צוליב די שווערע סאנקציעס וואס די מדינת ישראל רעגירונג האט אויסגערופן אויף די לומדי תורה, זענען די מנהיגי עולם התורה געקומען צו א החלטה אז מען מוז ווייטער ממשיך זיין מיט די הייליגע פעולות פונעם "קרן עולם התורה" אויף א פרישן פארנעם אפצוראטעווען דעם עולם התורה פון א פינאנציעלן צוזאמענבראך, וואו די גדולי ישראל וועלן ווידער נעמען דעם וואנדער שטעקן און ארויספארן צו די ווייטע מרחקים אין א מיסיע אהערצושטעלן אסטראנאמישע סכומים לטובת דעם קרן.
דאסמאל וועט דער משלחת כבוד זיך ארויסלאזן קיין דרום אמעריקע, וואו די גדולי הדור וועלן אין לויף פון די קורצע נסיעה, באזוכן אין בראזיל ווי מען האט שוין באזוכט אינעם עבר, און פון דארט וועט מען פארן צום ווייטן ארגענטינע, מיטן האפענונג צו שאפן די נויטיגע הילף צווישן די ארטיגע נדיבים בעם.
די משלחת וועט זיך ארויסלאזן די קומענדיגע פרשת במדבר און וועט זיין באצירט מיט די סאמע גרעסטע מאורי הדור, ובראשם מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע אינאיינעם מיט הגאון הגדול רבי אברהם סאלים שליט"א, הגאון רבי יעקב הלל שליט"א ראש ישיבת המקובלים אהבת שלום, און הגאון המקובל רבי שמעון גלאי שליט"א, וועלכע וועלן אינאיינעם אונטערנעמען די נסיעה בטלטולי דאורחא ובטירחה דגברא רבה מזכה צו זיין דעם ציבור נדיבי לב מיט דעם זכות קיום עולם התורה.





תגובות