top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גדולי ישראל פארזאמלט אין שטוב פון זקן ראשי הישיבות הגרמ"צ בערגמאן שליט"א לטובת ישיבת רשב"י

  • 7 ביולי
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

מעון תורתו פון זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א אין בני ברק, איז דעם ענדע וואך אפגעהאלטן געווארן א גרויסער כינוס גדולי ישראל אין בעפארברייטונג צו א גרויסארטיגן קאמפיין וואס וועט אפגעהאלטן ווערן לטובת החזקת ישיבת הרשב"י בנשיאותו.


ביי די אסיפה האבן זיך אנגעזעהן די סאמע חשוב'סטע ראשי הישיבות פון די ליטווישע קרייזן, אין שפיץ פון מנהיג עולם התורה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א, ראש ישיבת סלאבאדקא. באזונדער האט זיך אויך אנגעזעהן צווישן די משתתפים כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, א שוואגער פונעם ראש ישיבה.


במשך די אסיפה האבן די גדולי התורה באטאנט די גרויסע אחריות צו שטיצן די הייליגע מוסד, וועלכע איז שוין לאנגע יארן א לייכטטורעם פאר תורה, און האבן ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון זיך אנצושטרענגען פאר'ן המשך קיום הישיבה. דער ראש הישיבה הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א האט דאן באגריסט די חשוב'ע משתתפים, און אינאיינעם האט מען זיך דורכגעשמועסט וויאזוי מחזק צו זיין די ישיבה און פארזיכערן איר קיום מתוך הרחבת הדעת.


ביים ענדע איז אונטערגעשריבן געווארן א פאראייניגטע רוף דורך אלע ראשי הישיבות לטובת דעם בעפארשטייענדע קאמפיין וואס וועט אפגעהאלטן ווערן אין די נאנטע טעג להחזקת הישיבה.



תגובות


bottom of page