מרוגש'דיגע באגעגעניש צווישן האד' מסקווירא מב"פ און ראש הישיבה הגאון ר' ישראל בונם שרייבער שליט"א לרפו"ש
- לפני 18 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

הגאון רבי ישראל בונם שרייבער שליט"א לרפו"ש ראש ישיבת נתיב הדעת וואס וויילט די טעג אין ניו יורק אין ראם פונעם היסטארישן נסיעה דורך די גדולי ומאורי הדור לטובת דער 'קרן עולם התורה', האט נעכטן נאכמיטאג אפגעשטאט א באזוך במעון הקודש פון כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א מב"פ, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
בין השיחין האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט רגשי הכרת הטוב פאר'ן רבי'ן שליט"א וואס האט אים שטארק ארויסגעהאלפן בעניני רפואה אין די שווערע דורכגאנג אין וואס ער גייט אריבער די תקופה, זיך מוטשענדיג מיט די ביטערע מחלה ל"ע, וואו דער רבי שליט"א איז צוגעשטאנען מיט א געטריישאפט בעצה ובמעש ארויסצוהעלפן מיט זיינע נאנטע פארבינדונגען מיט דאקטוירים א.ד.ג.
צום שלוס האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן ראש ישיבה אויף די ניגון 'כי אורך ימים', מיט א תפילה ובקשה פאר אריכת ימיו ושנותיו. אויפן וועג ארויס האט דער ראש ישיבה געוואונטשן פאר הרבנית הצדיקת מסקווירא תליט"א אמו של מלכות פונעם רבי'ן שליט"א.










