נקראים אל המלך: אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ געלאדנט גדולי האדמור"ים צום ווייסן הויז
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מוצאי שבת פ' כי תבא • ט"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

די חסיד'ישע וועלט נעמט אויף מיט איבערראשנדע שפאנונג די היסטארישע אנטוויקלונג בבית המלכות אין עיר הבירה וואשינגטאן, ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה האט אפגעשיקט א פערזענליכע איינלאדענונג צו די גדולי האדמור"ים אין אמעריקא, אויף א פריוואטע זיצונג דעם ענדע וואך אינעם ווייסן הויז.
אין די לעצטערע טעג איז אנגעקומען די קעניגליכע הזמנות צו האחים האדמור"ים מסאטמאר שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א און הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד, וועלכע וועלן אויסנוצן די געלעגנהייט צו שתדלן פארן חינוך הטהור אין אמעריקא וואס איז די לעצטע עטליכע יאר נישט אראפ פונעם סדר היום ביי די עיני העדה, און באזונדער וועט מען באדאנקן דעם פרעזידענט פאר אלע טובות וואס די אידישע געמיינדע געניסט פון די טראמפ אדמיניסטראציע.
אין די פארגאנגנהייט האט טראמפ אנגעקניפט ווארעמע קשרים מיט די גדולי האדמור"ים, סיי דורך בריוו אין פארשידענע געלעגנהייט און סיי דורך פערזענליכע שליחים צום ווייזן הויז און אידישע שתדלנים וועלכע פארמאגן נאנטע פארבינדונגען צום פרעזידענט.
די הזמנות פאר'ן וויזיט צום ווייסן הויז איז איבערגעגעבן געווארן, דורך דער אידישע לעיזאן צו פרעזידענט טראמפ אינעם ווייסן הויז מארטין מארקס, און דער היסטארישער באזוך איז געפלאנט פארצוקומען דעם דאנערשטאג נצבים וילך נאכמיטאג.
דערווייל איז נישט קלאר וועלכע פון די אדמור"ים וועלן זיך פערזענליך באטייליגן, און די לאגיסטישע חלקים פונעם באזוך ווערן אצינד אויסגעארבעט, עס זאל געקרוינט ווערן די מאקסימום הצלחה, און ברענגען די געוואונטשענע תועלת מיטן אויבערשטנס הילף.





תגובות