שלשלת התורה: עקסטאזליכע שמחת החתונה במעונו פון הגאון רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק ראש ישיבת בריסק
- 1 ביוני
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN
די עולם התורה לבית בריסק און הונדערטער תלמידים פון אומעטום האט מיט פייערליכע עקסטאז מיטגעהאלטן די גרויסארטיגע חתונה במעונו פונעם ראש ישיבה הגאון האדיר רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א, בבית בנו הגדול הגאון ר' יענקל סאלאווייטשיק שליט"א.
די שמחה האט אויסגערופן א גרויסע שמחה ביי די טויזנטער תלמידים און אוהדים לבית בריסק, זעענדיג דערין א גאלדענע המשכה צו די שלשלת הקודש לבית בריסק, ווען דער מחותן הגאון רבי יענקל שליט"א האט בעשטומ"צ געפירט זיין עלטסטן זון אונטער די חופה, מיט די כלה ממשפחת בית בריסק, אן אור-אייניקל פון הגאון האדיר ר' משולם דוד סאלאווייטשיק זצ"ל ראש ישיבת בריסק, טאכטער פון זיין אייניקל הגאון ר' יענקל קאפלאן שליט"א.
דער מחותן רבי יענקל איז כהיום א מגיד שיעור פאר העכער צוויי הונדערט יונגעלייט און בחורים, און במשך די יארן האט ער שוין מעמיד געווען תלמידים לאלפים.
אין לויף פון די יארן האט מר אביו הגדול איבערגעגעבן נאך פארשידענע תפקידים פאר בנו הגדול ר' יענקל, ווען דער הויכפונקט איז געווען פאריאר ווען ער האט אים איבערגעגעבן דעם כיבוד פון "סידור קידושין" ביי א חופה פון א תלמיד, וואס ער האט ביז דאן קיינמאל נישט אוועקגעגעבן.
כפי מנהג בריסק האט מען קובע דעם זמן החתונה בלויז צוויי וואכן איידער די חתונה, וואס איז פארגעקומען דעם י"א סיון, אין די זאלן פון "נוה ירושלים", בהשתתפות טויזנטער תלמידים און פילע גדולי ישראל וראשי ישיבות.
בקרב תלמידי הישיבה איז דעם לעצטן יו"ט פסח אויפגענומען געווארן די ספעציעלע הוראה פונעם ראש ישיבה רבי אברהם יהושע, צו רופן דעם זון הגאון ר' יענקל שליט"א מיט זיין פולן נאמען "רבי מרדכי יעקב".
די תלמידים געבן איבער אז אויסער וואס ס'איז מער בכבוד'דיג, איז די סיבה אויך וויבאלד דער מחותן אבי הכלה ווערט גערופן "ר' יענקל קאפלאן", און לויט'ן מנהג זענען צוויי מחותנים מיט'ן זעלבן נאמען זיך נישט משדך, דעריבער האט דער ראש ישיבה געהייסן אז מ'זאל רופן דעם זון הגאון ר' יענקל מיט'ן פולן נאמען, ר' מרדכי יעקב.










תגובות