היסטארישע באזוך דורך ארגענטינא פרעזידענט מילעי יר"ה בהיכל ישיבת חברון אין ירושלים
- 20 באפר׳
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג אחרי קדושים • ג' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

א גאר זעלטענע און היסטארישע באזוך איז היינט אפגעהאלטן געווארן אין ישיבת חברון אין ירושלים, דורכן ארגענטינא פרעזידענט מילעי ירום הודו, וועלכע געפינט זיך די טעג אין ארץ ישראל, און איז אנגעקומען אויף א עמטליכע באזוך בתוככי הישיבה, ווי ער איז אויפגענומען געווארן מיטן פאסיגן כבוד המלכות דורך די הנהלת הישיבה און די הונדערטער תלמידי הישיבה אין שפיץ פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוד כהן שליט"א.
טראץ דעם וואס מען שטייט און אנהייב פון א נייע זמן, דאך האבן די ראשי הישיבה געזען פאר וויכטיג אפצוגעבן דעם מאקסימום עהרע פארן ארגענטינא פרעזידענט וועלכע איז באקאנט אלס א שטארקע אידן פריינט, ובפרט זיין נאנטע באציאונג צו ארטדאקסישע אידן שומרי תורה ומצות, און כסדר ציטירט ער מימרות פון פסוקי התנ"ך צווישן זיינע רעדעס.
זייענדיג נאנט צום אידישן פאלק האט דער פרעזידענט אויסגעדריקט זיין ווילן צו זען פון דער נאנט די שטייגער און צוגאנג פון א ישיבה, און האט אויסגעקליבן די בארימטע ישיבת חברון אין די גבעת מרדכי געגענט אין ירושלים.
צום ערשט איז דער פרעזידענט אנגעקומען אין בנין הישיבה, און איז ארויף צום גאלעריע פונעם היכל הגדול בעת ווען די הונדערטער תלמידים האבן געהאלטן אינמיטן די סדרי הלימודים, דער פרעזידענט האט געפאכעט מיט די האנט צו אלע תלמידים, און די בחורים האבן אים צוריק געגריסט בשלומה של מלכות.
שפעטער איז פארגעקומען א העפליכע אויפנאמע אין היכל, הרה"ג ר' יוסף חברוני שליט"א מראשי הישיבה האט געעפנט די מעמד, און אנגעהויבן זיינע ווערטער אויף די ענגלישע שפראך זאגענדיג אז ער גייט יעצט רעדן אויף לשון הקודש, ווייל דאס איז זיין הארץ שפראך און ער קען זיך אזוי גרינגער ארויסברענגען זיין שעצונג פארן פרעזידענט, און די דרשה איז דערנאך איבערגעטייטשט געווארן פארן פרעזידענט.
דערנאך האט דער פרעזידענט גענומען דאס ווארט אויסלויבענדיג די אידישע פאלק און במיוחד לומדי תורה, וואו ער האט אויף זיין שטייגער ציטירט מערערע מאמרי חז"ל, פון תורה און נביאים, אידישע היסטאריע און נאך. ער האט אויך פארגעשטעלט עטליכע פון זיינע נאנטע אידישע פריינט, צווישן זיי א גרופע פון היימישע פילאנטראפן תומכי תורה וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם "קרן עולם התורה" און פארמאגן נאנטע פאליטישע באציאונגען מיטן פרעזידענט.
דערויף האט מען ארויסבאגלייט דעם עהרנפולע גאסט מיט גרויס כבוד און עהרע. אויפן וועג ארויס האט אפגעווארט דעם פרעזידענט, ראש הישיבה הגאון הגדול רבי ברוך דוב פוברסקי שליט"א ראש ישיבת פונוביז וואס איז ספעציעל געקומען באגריסן דעם פרעזידענט און אים אנוואונטשן בברכת התורה.














תגובות