top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבבות געבן אפ כבוד התורה אין שווערע היצן ביי מעמד אדיר "קבלת פני רבותינו" אין לעיקוואד

  • לפני 5 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שב"ק פ' שלח • כ''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מה נהדר היה המראה, וואויל זענען די אויגן וואס האבן זוכה געווען לראות את פני רבותינו שבארץ ישראל, ביים מעמד קבלת פנים רבתי וואס איז אפגעהאלטן געווארן אינעם עיר התורה וחסידות לעיקוואד, אונטער די שווער היצן זענען געשטאנען פילע טויזנטער אידן און אויסגעשריגן אז למען "כבוד התורה, הצלת התורה, נלך באש ובמים"!


דער היסטארישער מעמד "קבלת פני רבותינו" איז פארגעקומען אויף די גיגאנטישער שטח הענקי ביים ישיבה קאמפלעקס פון ביהמ"ד גבוה וואו עס זענען געשטאנען פארזאמלט שווערע טויזנטער אידן זקנים עם נערים, און בחרדת קודש מקבל פנים געווען די גדולי מנהיגי עולם התורה אין ארץ ישראל, וועלכע זענען פייערליך ענטפאנגען געווארן דורכ'ן ציבור הרבבות. ע"פ בקשתו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א האט מען אויסגערופן אז מען זאל בשום אופן נישט טאנצן "ימים על ימי מלך תוסיף" א.ד.ג ווען ער ערשיינט צום מעמד.


דער מעמד איז געעפנט געווארן דורך הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה, וועלכער האט מקבל פנים געווען די גדולי התורה מיט פאסיגע דברי ברכה.


דאן האט מען זוכה געווען צו הערן די דברי אלקים חיים פונעם רבן של ישראל ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, אויף אידיש, פלאם פייערדיגע דברי התחזקות אויף לימוד התורה, און ארומקאכנדיג באש להבה איבער די שרעקליכע גזירה וואס הויערט אויף בני ארץ ישראל וואס לערנען תורה מתוך הדחק, יעדער מוז העלפן מיט מסירת נפש, און בזכות דעם וועט דער גזר דין בטל ווערן, און נהפך ווערן לטובה.


דערנאך האט מען געהערט דעם דבר ה' ברמה דורכן משגיח הגאון הצדיק רבי דן סגל שליט"א. איידער דער משגיח האט אנגעהויבן זיין רעדע האט דער ציבור אויסגעבראכן מיטן משגיח'ס ניגון "טאטאלע קום שוין אהיים" מיט א תפילה ובקשה פאר די גאולה שלימה. דער משגיח האט שטארק ארויסגעברענגט די נחיצות פון יעדן יחיד צו נעמען א חלק אין די קרן עולם התורה מיסיע, און מחזק געווען די לומדי תורה ותומכי'. מיט א באזונדערע יראת הכבוד האט מען זיך צוגהערט צו די דרשה פון הגאון רבי ישראל בונים שרייבער שליט"א לרפואה שלימה ראש ישיבת נתיב הדעת וואס איז געקומען צופארן מיט מסירות נפש טראץ זיין שווערן מצב הבריאות. דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון רבי חיים מרדכי אוזבאנד שליט"א ראש ישיבת עטרת שלמה וואס האט ארויסגעברענגט דער פליכט וואס ליגט אויף יעדן יחיד צו נעמען אויף זיך צו אויסהאלטן איין אינגערמאן בלויז איין חודש אין יאר פארן מנימאלע סכום פון 276 דאללער.


בקול אדיר וחזק האט מען געזאגט פרקי תהילים פארגעזאגט דורך המקובל הגאון רבי שמעון גלאי שליט"א נאכגעפאלגט מיט קבלת עול מלכות שמים דורך הגאון רבי אברהם סאלים שליט"א מגדולי חכמי ספרד, און דערמיט איז דער מעמד געשלאסן געווארן מיט גאר פייערליכע ריקודין לכבוד התורה.



bottom of page