top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגאון ר' אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבה סאוט פאולסבורג אריינגעפירט דעם יום טוב שמחת תורה אין שפיטאל

לפני 5 שעות
זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש

לקיים בנו חכמי ישראל: כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון הגאון הגדול רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת זכרון משה סט. פאולסבורג וואס איז דורכאויס יום טוב שמחת תורה אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס. די ראש ישיבה געפונט זיך אין א סטאבילן געזונט צושטאנד אבער דאקטוירים זאגן אז מ'דארף תפילות ישראל.


דער צווייטער טאג יום טוב שמחת תורה, בשעת די הקפות בהיכל הישיבה אין סאוט פאולסבורג, האט דער ראש הישיבה נישט געקענט ממשיך זיין צוליב א שטארקע חולשה וואס האט אים באפאלן. די הצלה וועלכע זענען אנגעקומען אין ישיבה האבן געראטן צו נעמען דעם ראש הישיבה אין שפיטאל, וואו ער איז דורך א סעריע אונטערזוכונגען און וואו עס שטעלט זיך ארויס ליידט דער ראש הישיבה פון אן אינפעקציע וואס דארף באהאנדלט ווערן.


די סט. פאולסבורג ישיבה האט ארויסגעשטעלט א מודעה צו מתפלל זיין פארן ראש ישיבה מרן רבי אלי דוב בן חוה אסתר לרפואה שלימה, בתוך שאר חולי ישראל.


והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.

תגובות


bottom of page