top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בשורות טובות: הגרא"י סאלאווייטשיק ראש ישיבת בריסק אריבער ערנסטע הארץ אפעראציע מיט גרויס הצלחה

  • 8 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

היינט פארמיטאג איז הגאון הגדול רבי אברהם יהושע סאלאבייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק באפרייט געווארן פון שפיטאל וואו ער איז פארגאנגענעם וואך דאנערשטאג אריבער א הארץ אפעראציע וואס איז בחסדי שמים באקרוינט געווארן מיט הצלחה.


די אפעראציע איז געווען פאראויס געפלאנט, אין ליכט פון פארשידענע מיחושים און קאמפליקאציעס וואס דער ראש הישיבה שליט"א האט געליטן אויף די הארץ, און איז דורכגעפירט געווארן דורך די פראפעסארן אין די הדסה עין כרם שפיטאל, אינאיינעם מיט א בארימטע פראפעסאר וואס איז ספעציעל געקומען צופארן פון די מרחקים צו דעם צוועק.


נאכן אפעראציע איז דער ראש הישיבה פארליבן אויף עטליכע ערהוילונגס טעג אין די הדסה שפיטאל ביז היינט מאנטאג ווען איז ער ב"ה אהיימגעקומען לשמחת לב די טויזנטער תלמידים אומעטום.


צוליב וואס דער ראש הישיבה איז נאך היבש אפגעשוואכט האט ער נאכנישט איבערגעגעבן דעם טעגליכן שיעור אין די ישיבה און אויך האט ער זיך נישט באטייליגט ביי די לוויה פון מחותנו הגאון רבי דוב אהרן זלאזניק זצ"ל, מראשי ישיבת מאור התלמוד אין רחובות וואס איז פארגעקומען היינטיגן מאנטאג אין ירושלים.

תגובות


bottom of page