top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת "עטרת שלמה" אויפגענומען בכבוד והערצה דורך האד' מבעלזא

לפני 6 שעות
זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אמ"ש

דעם דינסטאג אויפדערנאכט איז אנגעקומען אויף א באזוך במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת "עטרת שלמה", וועלכער איז קיין קרית בעלזא אויפצוטרעטן מיט א דרשה פאר די תלמידי הישיבות הקדושות אין ראם פונעם ישיבת בין הזמנים "והראנו בבניינו".


דער ראש ישיבה איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד. דער בעלזער רב האט זיך אינטערעסירט ביים ראש ישיבה איבער דעם נושא פון דער דרשה וואס ער גייט איבערגעבן פאר די בחורים, אויף וואס דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער גייט רעדן איבער דעם יעצטיגן שווערן מצב אין וועלכן דער עולם התורה געפונט זיך מיט די גזירת הגיוס, און איבער די שווערע אנטוויקלונגען פון דער גזירה.


דער ראש ישיבה האט דערביי איבערגעגעבן א ברייטן איבערזיכט מהנעשה והנשמע אין די היכלי הישיבות והכוללים און די שווערע פראבלעמען מיט וואס די בני תורה מוטשען זיך אין די יעצטיגע זמנים. איבערהויפט האט ער דערציילט איבער דער תורה אימפעריע "עטרת שלמה" תחת נשיאותו, וואס רעכנט אריין א נעץ פון ישיבות און כוללים אין פילע שטעט, ספעציעל האט זיך דער רב שליט"א אינטערעסירט איבער די שטעט וואו די מוסדות עטרת שלמה זענען סטאנציאנירט.


אין לויף פונעם שמועס האט דער ראש ישיבה אויך ארויפגעברענגט אויפן זכרון זיין באגעגעניש מיטן בעלזער רב שליט"א מיט ארום דרייסיג יאר צוריק אין טעלזסטאן עיר מולדתו, וואו דער בעלזער רב האט דאן געוויילט אויף אפרוה, און האט נאכגעזאגט א דבר תורה וואס ער האט דעמאלט געהערט פונעם רב שליט"א.


צום שלוס פונעם באזוך האט דער בעלזא רב שליט"א אנגעוואונטשן ווארימע ברכות פארן ראש ישיבה, און הצלחה מרובה אין זיין ווייטערדיגער עבודת הקודש אין הרבצת התורה והחזקת המוסדות.


דערנאך איז דער ראש ישיבה אריבער אויפצוטרעטן מיט דער דרשה פאר די טויזנטער בחורים אינעם בנין ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא.



תגובות


bottom of page