top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה באזוכט בהיכלו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך

  • לפני 3 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' ראה • כ''ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

די וואך האט באזוכט ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות במעון תורתו אין ירושלים, הגאון האדיר רבי מלכיאל קאטלער שליט"א, ראש ישיבת בית המדרש גבוה ד'לעיקוואוד. עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים און זכרונות פון אמאל. בין השיחין האט דער פוסק הדור דערציילט פון זיינע זכרונות ווען הגאון האדיר רבי אהרן קאטלער זצ"ל האט באזוכט אין שטוב פון זיין פאטער הגאון רבי אשר שטערנבוך זצ"ל אין לאנדאן. ביים ענדע פונעם באזוך האט דער גאון אנגעוואונטשן דעם ראש ישיבה מיט גרויס הצלחה און סייעתא דשמיא, און ארויסגעהויבן די געוואלדיגע זכיה און אחריות צו נושא בעול זיין פון אזא פאראדערדיגע אימפעריע, דער מבצר התורה פון ישיבת בית המדרש גבוה.



bottom of page