בקשו רחמים: הגרא"י סאלאווייטשיק ראש ישיבת בריסק אפגעפירט אין שפיטאל צוליב נאכווייען פון הארץ אפעראציע
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

לקיים בנו חכמי ישראל: כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואתו השלימה פון הגאון האדיר רבי אברהם יהושע הלוי סאלאווייטשיק שליט"א, ראש ישיבת בריסק, וואס איז היינט אפגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים.
ווי באריכטעט, איז דער ראש ישיבה שליט"א פארלאפענע וואך אדורך אן אפעראציע אויפ'ן הארץ און איז דעם אנהייב וואך באפרייט געווארן פון שפיטאל. דורכאויס די לעצטע טעג איז געשאפן געווארן קאמפליקאציעס, און די דאקטוירים האבן געראטן אפצופירן דעם ראש ישיבה אין די הדסה שפיטאל, וואו מען האט פעסגעשטעלט אז דער ראש הישיבה ליידט פון א שווערע אינפעקציע און צוגאב צו פארשידענע נאכווייען פון די אפעראציע פאריגע וואך.
פון די שפיטאל ווענט הערט מען אז מען קוקט שטארק ארויס אויף פאזיטיווע אנטוויקלונגען, נאך וואס עס איז ארויפגעקומען פארשידענע אפציעס און באהאנדלונגען וואס מען האפט עס וועט עושה רושם זיין לטובה, זיך ארויסצוזעהן פון די שווערע אינפעקציע וואס פלאגט דעם ראש הישיבה שוין עטליכע טעג, און צו לינדערן די שווערע יסורים.
יעצט ביינאכט זענען די הונדערטער תלמידי ישיבת בריסק זיך צוזאמגעקומען נאכן נאכט סדר אין די בריסקער ישיבה אין ירושלים, אויף אן עצרת תפילה אויסצובעטן א ישועה פארן ראש הישיבה מרן אברהם יהושע בן עטיל בתוך שאר חולי ישראל.





תגובות