מרוגש'דיגע באזוך פון הגאון ר' מרדכי יוסף קארנאווסקי משגיח ישיבה געיטסהעד ביי תלמידו האד' מסאדיגורא
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' משפטים • כ''ה שבט | בחצרות הקודש

אין אן אייגנארטיגע שריט פון תורה מחזרת על אכסניא שלה, איז כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א היינט אנגעקומען קיין עיה"ק ירושלים, וואו דער רבי האט באשיינט בראש המסובים ביים מעמד "כינוס התלמידים" פאר אלע תלמידים, בוגרים און יוצאי ישיבת געיטסהעד וואס לערנען אדער וואוינען אין ארץ ישראל, דער כינוס איז אפגעהאלטן געווארן אינעם פראכטפולן זאל פון "דזשרוזאלעם פלאם" אין די רוממה געגענט, אין בעפארברייטונג צום אלטוועלטליכן קאמפיין לטובת דעם בארימטן מבצר התורה פון די געיטסהעדער ישיבה אין ענגלאנד.
דער רבי שליט"א, וועלכער האט עטליכער יאר משנות בחרותו זיך משלים געווען בתורה אין די בארימטע געיטסהעדער ישיבה און איז מבחירי תלמידי' איז אנגעקומען זיך משתתף זיין ביים מעמד אויפן פערזענליכן איינלאדענונג פונעם משגיח הישיבה, הגאון רבי מרדכי יוסף קארנאווסקי שליט"א, וועלכער איז ספעציעל געקומען צופארן צו באשיינען דעם מעמד, און איז אראפגעפארן בטירחא דגברא רבה קיין בני ברק פערזענליך איינצולאדענען דעם רבי'ן. דער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם חשובן גאסט ביותרת הכבוד און האט געשמועסט מיטן משגיח מיט א אויסטערלישע ביטול און הכנעה. שפעטער האט דער רבי ארויסגעשיקט די אנוועזנדע פון צימער און ווייטער פארברענגט פריוואט מיטן משגיח אויף א פריוואטער פארנעם.
ווי געזאגט איז דער רבי שליט"א נעכטן ערשינען צום כינוס אין ירושלים וואו ער האט זיך צונויפגעטראפן מיט זיין גירסא דינקותא די הונדערטער בוגרים וואס האבן זיך משתתף געווען ביים מעמד. בשעתן מעמד האט דער רבי מעיין געווען אין די פריש-ערשינענע "הגדה של פסח" מדברי תורתו פון מורו ורבו דער ראש ישיבה הגאון הגדול רבי אברהם גורביץ שליט"א, וואס איז פון פריש ארויס פון דרוק לקראת חג הפסח.
באזונדער האט דער רבי שליט"א א לענגערע וויילע פארברענגט צווישן די תלמידים און בוגרים, שמועסנדיג בסבר פנים יפות מיט זיינע גוטע פריינד פון די בחורישע יארן ווען ער האט מקיים געווען דעם הוי גולה למקום תורה. ספעציעל האט זיך דער רבי באגריסט מיט די רמ"י הישיבה פון וועם ער האט מקבל געווען לקחה של תורה, צווישן זיי הגאון רבי אליהו גורביץ שליט"א א זון פונעם ראש ישיבה, מיט וועמען דער רבי האט ארומגעשמועסט זכרונות נעימים פון דעם מקום אשר היה שם אהלו בתחילה, און בפרט וואו ער האט זוכה געווען צו א קירבה יתירה ביי זיין פאטער דער ראש הישיבה שליט"א.
דער רבי שליט"א האט דערביי גענומען אויף זיך צו שאפן דער סכום פון 3,600 ענגלישע פונט ביים בעפארשטייענדע קאמפיין לטובת די ישיבה, אלס הכרת הטוב פארן חשובן מבצר התורה וואס האט אין לויף פון די יארן ארויסגעגעבן אזויפיל טויזענטער תלמידים לשם ולתפארת.












