ריתחא דאורייתא: טיפזיניגע שיעור דורך הגאון רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון פאר תלמידי ישיבה גדולה ד'בעלזא
- לפני 16 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' ויקהל פקודי • י"ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם פארגאנגענעם ערב שבת זכור א קארגע שעה איידער כניסת השבת איז הגאון הגדול רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון וחבר מועצת גדולי התורה, ערשינען אינעם ביהמ"ד המרכזי אין ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא ירושלים עיה"ק, ווי עס זענען געווען פארזאמלט די טויזנטער בחורי ישיבות בעלזא מכל רחבי ארץ ישראל, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת זכור בצלו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.
דער ראש ישיבה שליט"א האט איבערגעגבן א טיפזיניגע שיעור אין די סוגיא פון "תקפו כהן" אין מסכת בבא מציעא, וואס ווערט יעצט געלערנט בעיון רב אין די אכט סניפים פון די בעלזער ישיבה גדולה איבער גאנץ ארץ ישראל, און דערנאך איבערגעגעבן דברי חיזוק לקראת ימי הפורים הבעל"ט.
במשך פרייטאג ערב שבת איז פארטיילט געווארן פאר די בחורים דפי 'מראי מקומות' צו זיך קענען צוגרייטן צום שיעור עיון ופלפול. דער שיעור האט געדויערט ארום א שעה צייט, און איז געווען מיט די באטייליגונג פון אלע ראשי ישיבות ומרביצי תורה פון די בעלזא ישיבות, זייענדיג גאר א היסטארישע ערשיינוג וואס ברענגט צוזאמען די חלק הלימוד לויט די טיפקייט פון די ליטווישער ישיבה וועלט אין איינס פון די גרעסטע חסידישע ישיבות איבער די גארער וועלט.








תגובות