top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ושם האחד אליעזר: הגאון ר' אליעזר שלעזינגער שליט"א אויפגענומען למלאות מקום אביו הגאון האדיר ר"י הרמה זצ"ל

  • לפני שעה
  • זמן קריאה 2 דקות

פרייטאג פ' משפטים • כ''ו שבט | בחצרות הקודש

פארלאפענעם וואך ביי די מסע הלוי' אין עיר הבירה לאנדאן פונעם זקן ראשי הישיבות הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל ראש ישיבת הרמה לאנדאן, האט הגה"צ רבי שלום פריעדמאן שליט"א סגן ראב"ד לאנדאן מכתיר געווען ברא כרעיה דאבוה, בנו בכורו פונעם ראש ישיבה, הגאון הגדול רבי אליעזר שלעזינגער שליט"א, אלס ממלא מקום אביו מיט די הנהגת הקהלה הישיבות והכוללים וואס פונקציאנירן לשם ולתפארת אלס איינע פון די שענסטע מקומות תורה ותפלה אין שטאט לאנדאן.


דער רב שליט"א איז פקיע שמי' אין שטאט אלס אויסגערופענער תלמיד חכם עצום ובקי בכל מכמני התורה, און דערצו א שייף עייל ושייף נפיק, ענוותן ושפל ברך, און שוין פילע צענדליגער יארן מרביץ תורה ויראה בקרב העיר. צווישן די רבני העיר איז רבי אליעזר באקאנט אלס דער גאון בה"א הידועה, ארויסצייגנדיג פאר אים אותות הערכה והערצה, לכבוד תורתו ויראתו.


דער רב שליט"א איז פון די אויסגערופענע אריות שבחבורה ביני עמודי דגירסא פונעם בארימטן כולל דישיבה הרמה, וואס איז אלע יארן געשטאנען תחת דגלו והדרכתו און השפעתו פון מר אביו זצ"ל, און האט ארויסגעשיינט אלס איינע פון די שענסטע מרביצי תורה אין ראמען פונעם בית אולפנא רבתי, דינענדיג אלס ראש החבורה פונעם "קדשים חבורה", זייענדיג כסדר משמיע טיפזיניגע שיעורים פאר די לומדים חריפים.


באזונדער דינט דער רב שליט"א שוין מערערע יארן אלס נשיא פון די בארימטע ישיבות "בית התלמוד" אין לאנדאן, וואו ער האט במשך די יארן מעמיד געווען פילע תלמידים לשם ולתפארת.


דער רב שליט"א איז אלע יארן צוגעשטאנען ליד ימין אביו הגדול בהנהגת הקהלה והכולל, און ס'איז געווען בולט בכל עת וזמן זיין התבטלות והכנעה יתירה צום פאטער, ווען ער פלעגט שטיין פאר אים מיט א פחד ומורא, כעבדא קמי' מרא.


ובא השמש וזרח השמש, מיט'ן ביטערן בראך וואס דאס יהדות החרדית בכלל האט געליטן, ובפרט תושבי לאנדאן, טוט מען זיך מנחם און מחזק זיין מיט'ן אויפשיין פונעם ממלא מקומו, הגאון רבי אליעזר שליט"א וועלכער איז ווי געזאגט אויפגענומען געווארן בשעת די מסע הלוי', וענו כל העם "מזל טוב", וואונטשענדיג דעם נייעם רב הצלחה און סיעתא דשמיא אין די המשכה פון די הייליגע ירושה וואס דער ראש ישיבה זצ"ל האט איבערגעלאזט.

bottom of page