top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת לעיקוואד איז מספיד הגה"צ ר' מרדכי בעק זצ"ל ראש ישיבת תפארת משה

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' ואתחנן • ח' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

דעם זונטאג נאכמיטאג איז הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד, אנגעקומען קיין מאנסי וואו דער ראש הישיבה שליט"א האט געהאלטן א הספד און משמיע געווען דברי זכרון שטייענדיג בתוך די השבעה נאך די פלוצימדיגע פטירה פון זיין נאנטן ידיד להבדיל בין חיים לחיים הגה"צ רבי מרדכי הכהן בעק זצ"ל ראש ישיבת תפארת משה אין מאנסי. 


ווי באקאנט האט דער ראש הישיבה רבי מרדכי געלערנט אין די בארימטע ישיבה אין לעיקוואוד, סיי אלס בחור און אויך שפעטער נאך די חתונה, וואו ער האט מקבל געווען לקחה של תורה פונעם ראש הישיבה הגאון רבי יוסף חיים שניאור קאטלער זצ"ל ביי וועמען ער האט גענאסן א געוואלדיגן חביבות, דארט אין לעיקוואד האט ער זיך באקענט מיטן היינטיגן לעיקוואדער ראש הישיבה, און די צוויי האבן אנגעהאלטן א גאר נאנטן ידידות די אלע יארן שפעטער.


אין זיין הספד האט דער לעיקוואדער ראש הישיבה ארומגערעט איבער זיין התמדה און שאיפה, מיט א געוואלדיגן עמקות און עיון, צו פארשטיין און ארויסצוהאבן יעדן ענין מיט א קלארקייט, און ארויסגעברענגט דעם דמות דיוקן וואס דער ראש ישיבה זצ"ל האט פארגעשטעלט פאר זיינע תלמידים  מיט זיין פערזענליכע הנהגה. מ'האט געזען אויף אים, ווי זיין גאנצער חיות איז בלויז תורה, וואס דאס פארנעמט זיין גאנצער מהות און ישות, וכל חפציך לא ישוו בה.


איידערן הספד האט דער ראש הישיבה שליט"א מנחם אבל געווען די קינדער פונעם ראש הישיבה בביתו אין מאנסי, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן א לענגערע וויילע.



bottom of page