top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בחסדי שמים: הגאון רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק באפרייט פון שפיטאל

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

דער עולם התורה האט מיט דערלייכטערונג אויפגענומען די גוטע בשורה, אז הגאון הגדול רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א, ראש ישיבת בריסק, איז בחסדי שמים באפרייט געווארן פון שפיטאל, נאכן זיין שפיטאליזירט עטליכע וואכן צוליב זיין געזונט־צושטאנד.


ווי באריכטעט האט מען שוין פאריגע וואך זיך אנגעהויבן גרייטן פאר א מעגליכע באפרייאונג פון שפיטאל, אבער ליידער איז די מצב פלוצלינג צוריקגעפאלן, און מען האט שנעל אריינגעפירט דעם ראש ישיבה צום איטענסיוו קעיר אפטיילונג וואו די דאקטוירים האבן נאך עטליכע טעג באוויזן צו סטאביליזירן די מצב.


בחסדי השם יתברך האט זיך דער מצב שפעטער ב"ה שטארק פארבעסערט, ביז מען האט היינט באשלאסן צו באפרייען דעם ראש הישיבה פון שפיטאל.


לויט די מקורבים איז דער ראש ישיבה שליט"א נאך זייער אפגעשוואכט, און וועט דערווייל דארפן ווייטער זיך אפרוען אינדערהיים. דעריבער וועט ער נאכנישט קענען צוריק קומען אין ישיבה די קומנדיגע תקופה ביז זיין פולשטענדיגע ערהוילונג.


אין די לעצטע וואכן זענען אפגעהאלטן געווארן פילע עצרות תפילה אין ארץ ישראל און אין איבער די גאנצע וועלט, ווען טויזנטער אידן האבן איינגעריסן לרפואתו השלימה.


באזונדער האט זיך דעם מוצאי שבת פארזאמלט א ריזיגער ציבור בחורים, אברכים און יוצאי ישיבת בריסק ביים כותל המערבי, בראשות רבני הישיבה, וואו מען האט מעורר געווען רחמי שמים פאר'ן ראש ישיבה שליט"א מרן אברהם יהושע בן עטיל.


אויך היינט וועט פארקומען א באזונדערע עצרת תפילה אין ישיבת בריסק, גלייך נאכן סדר הלימוד, און אויף מארגן איז באשטימט געווארן נאך אן עצרת תפילה ביים קבר רחל אמנו, וואו די תלמידי הישיבה וועלן זיך פארזאמלען מעורר צו זיין רחמי שמים, אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל בקרוב זוכה זיין צו א רפואה שלימה, צוריקקומען לאיתנו הראשון, און ווייטער ממשיך זיין מיט זיין הרבצת התורה מתוך בריאות השלימות.

bottom of page