ברוך דיין האמת: הב' אלתר וואכטפויגל ז״ל זון פון הגאון רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט״א ראש ישיבת זכרון משה סט. פאלסבורג
פרייטאג פ' נח • ה' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער איז נעכטן דאנערשטאג אין ארץ ישראל אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה איבער די פריצייטיגע פטירה פון הבחור החשוב אלתר וואכטפויגל ז״ל, זון פון הגאון הגדול רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט״א, ראש ישיבת זכרון משה סאוט פאלסבורג.
דער נפטר ז״ל איז ליידער נישט געווען געזונט פון געבורט אן, און נאך א פארערגערונג אין זיין געזונט צושטאנד אין די לעצטע פאר טעג, איז ער נעכטן דאנערשטאג נפטר געווארן, אין עלטער פון 41 יאר.
די לויה איז פארגעקומען אין ירושלים עיר הקודש, ביים בית הלויות שמגר אויפן וועג צום הר המנוחות וואו ער איז געקומען לקבורה.
צוליב דעם וואס דער ראש ישיבה שליט״א ערהוילט זיך נאך פון א דורכגאנג אין געזונט צוליב אן אינפעקציע, איז ער נישט געווען בכח ארויסצופארן קיין ארץ ישראל צו באגלייטן זיין זון ע״ה בדרכו האחרונה, און וועט זיצן שבעה אין זיין שטוב אין סט. פאולסבורג.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.






תגובות