top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הקבצו שמעו: האד' מבאבוב 45 ביים דרשת פתיחת הזמן פאר תלמידי הישיבות הקדושות

לפני 39 דקות
זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' נח • ה' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הילל ל"ש

פארלאפענעם מאנטאג איז בחצר הקודש באבוב 45 אפגעהאלטן געווארן דער מעמד פתיחת הזמן פאר די תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי באבוב 45, סיי די ישיבה גדולה און סיי די ישיבות קטנות, ס'איז פארגעקומען אין בית המדרש הגדול באבוב 45 אין בארא פארק. דער רבי שליט"א איז ערשינען צום בית המדרש און קודם אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד ראש חודש, ביי וועלכן ער האט פארגעזונגען ברכי נפשי כנהוג. שפעטער האט דער רבי איבערגעגעבן דעם דרשת פתיחת הזמן, וואס האט געדויערט ארום א שעה צייט, ביי וועלכן דער רבי האט מעורר געווען פארשידענע נקודות הצריכים חיזוק, און במיוחד דער ענין פון דרך ארץ, און מחזק זיין דעם פארטאגס סדר און דער סדר פרייטאג ערב שבת פארמיטאג. נאכ'ן דרשת פתיחת הזמן זענען אלע בחורים דורך אל מול פני הקודש מקבל צו זיין א ניס פון די נוי סוכה.



תגובות


bottom of page