top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות של שמחה ביי חסידי תולדות אהרן צום "שמחת בר מצוה" פון ערשטע אור-אייניקל ביי האד' מתולדות אהרן

לפני 10 דקות
זמן קריאה 2 דקות

פרייטאג פ' נח • ה' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

א געוואלדיגער התרגשות נעמט ארום חסידי תולדות אהרן פון אומעטום, מיטהאלטנדיג ווי די גאלדענע קייט ציט זיך ב"ה ווייטער, און מען וועט דעם קומענדיגן זונטאג מיטלעבן די פרייליכע מאמענט, די גרויסארטיגע שמחת הבר מצוה אינעם הויף, דער שמחת הבר מצוה פון ערשטן אור-אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וואס וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן קומענדיגן בהיכל ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים בבמקהלות עם רב.


בשטומ"צ וועט אריינגיין לעול התורה והמצוות, דער אור-אייניקל פון רבי'ן שליט"א הילד יניק וחכים כמר יואל קאהן שליט"א, א זוהן פון הרב יחיאל מיכל קאהן שליט"א בנו בכורו פון הגה"צ רבי משה קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אהרן טבריה חתן כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, און אן איידעם ביי הגה"צ רבי דוד משה ראזנבוים שליט"א אבד"ק קרעטשניף, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א.


די שמחה ברענגט ארויס נאסטאלגישע געפילן ביי יונג און אלט, ובפרט ווען מען דערמאנט זיך די געהויבענע זמנים פון די ימי השמחה ביי די חתונה פונעם אבי הבר מצוה הרה"ג רבי יחיאל מיכל שליט"א, וואס ליגט נאך אין די ביינער אלס גאר געהויבענע און פרייליכע זמנים וואס מען קען אזוי שווער פארגעסן ביז צום היינטיגן טאג.


א שטאב מיט עסקנים זענען אין די טעג עוסק מיט אלע הכנות אז די שמחת בית צדיקים זאל געקרוינט ווערן מיט ערפאלג און צו קענען אקאמאדירן די מאסן באטייליגטע. ווי געזאגט וועט די בר מצוה אי"ה אפגעראכטן ווערן דעם זונטאג לך לך הבעל"ט, אינעם ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן, זייענדיג אן אויסנאם פאל, נאך וואס די בר מצוות אין הויף קומען געווענליך פאר אויף א קלענערע פארנעם אין איינע פון די זייטיגע היכלות פונעם ביהמ"ד. דערביי וועט מען זיך משמח זיין אויף א געהויבענעם און פרייליכן שטייגער זענדיג ווי עס ציען זיך ב"ה ווייטער די ליכטיגע דורות.

תגובות


bottom of page