top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נסיעה רוממה דורך בני האד' מסקווירא קיין ארה"ק בראש עדת חסידי סקווירא מיט געהויבענעם שבת אין ירושלים עיה"ק

לפני 17 שעות
זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט א זעלטענעם התרגשות דקדושה האבן חסידי סקווירא איבער דער גארער וועלט אויפגענומען די בשורה מרנינה איבער א היסטארישע נסיעה קיין ארץ הקודש, וואס ווערט אונטערגענומען דורך די קינדער פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בראש קהל עדת חסידי סקווירא די בכל אתר ואתר.


אין די פארגאנגענע יארן פלעגן די חסידים האבן די געלעגנהייט פון צייט צו צייט זיך מיטצוכאפן מיט דעם רבינס מסעות קודש איבער די וועלט, און בפרט קיין ארץ ישראל וואו דער רבי שליט"א פלעגט אפרעכטן געהויבענע נסיעות, און ארומפארן ביי די מקומות הקדושים, די נסיעות ליגט נאך גוט אין זיכרון ביי וועלכן מען האט זיך אנגעשעפט מלא חפניים תענוג רוחני און התרוממות הנפש אויף לאנגע יארן.


שטייענדיג אצינד נאך איבער צען יאר זינט דער רבי שליט"א האט דאס לעצטע מאל באזוכט אין ארץ ישראל, ווען די חסידים כסדר ארויסגעקוקט און משתוקק געווען לחונן עפר ארץ הקודש, איז געמאלדן געווארן די בשורה משמחת אז בברכתו ובהסכמתו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלן די בני המלוכה, דער גדול האחים הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א אינאיינעם מיט זיין ברודער הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א בנו הצעיר פונעם רבי'ן, אפרייזן אויף א נסיעה רוממה קיין ארץ ישראל בראש קהל עדת חסידי סקווירא פון אלע מקומות.


דעם רבינס צוויי קינדער האבן זיך געגרייט ארויסצופארן קיין ארץ ישראל כנהוג ביי די שמחות צו לאדענען די אבות און מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים, און צו דעם געלעגנהייט איז באשלאסן געווארן צו געבן די מעגליכקייט פאר די חסידים זיך אנצושליסן אין די נסיעה וואס וועט אנהאלטן אין לויף פון א פולער וואך מלא התרוממות והתעלות.


א ספעציעלער "וועד הנסיעה" איז פארמירט געווארן מטעם הנהלת קהל צמח דוד ד'שיכון סקווירא זיך אפצוגעבן מיט אלע פרטי הנסיעה פון אש"ל, דירות, פליגערס, באסעס און אלעס ארום על צד היותר טוב כדי די משתתפי הנסיעה זאלן קענען מיטהאלטן די נסיעה מיטן פולסטן הרחבת הדעת.


די ימי הנסיעה זענען באשטימט געווארן פון דינסטאג פרשת וארא ביז מאנטאג פרשת בא הבא עלינו לטובה, וואס דער קלימאקס דערפון וועט זיין דעם געהויבענעם שבת פרשת וארא שבת ראש חודש שבט וועלכער וועט געפראוועט ווערן בקרתא דשופריא אין עיה"ק ירושלים במקהלות עם רב זקנים עם נערים וועלכע וועלן זיך אינאיינעם דערהייבן כאיש אחד בלב אחד.


אין די ארומיגע טעג בעפאר און נאך שבת וועט מען ארומפארן צו די מקומות הקדושים איבער גאנץ ארץ ישראל.


ווי פארשטענדליך וועט דערביי זיין א געלעגנהייט אויך פאר די חסידים תושבי ארץ ישראל, מיטצוהאלטן די געהויבענע מאמענטן און זיך ווארעמען לאורם פון די בני המלוכה זרע ברך השם.



תגובות


bottom of page