top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע זיצונג פון גדולי אדמורי"ם וראשי ישיבה אין ווייסן הויז; כסדר'דיגע נייעס בילדער און לייוו אפדעיטס

  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 7 דקות

דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


1:45 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע מינוטן זענען די גדולי האדמורי"ם שליט"א מאן מלכי רבנן, אריינגעפירט געווארן אינעם רוזעוועלט צימער סטאנציאנירט אינעם "וועסט ווינג" פונעם ווייסן הויז, און ביז א קורצע צייט וועט זיך אנהייבן די זיצונגען מיטן ווייסן הויז-שטאב נאכגעפאלגט מיטן היסטארישער פריוואטער זיצונג מיטן פרעזידענט יר"ה.


1:20 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

האדמור"ים מסאטמאר און באבוב שטייגן אראפ פונעם פליגער אין וואשינגנטאן די. סי.


1:20 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

האדמו"ר מבאבוב ביים אנקומען צום ווייסן הויז.


1:15 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

האדמו"ר מסאטמאר אין עירפארט אין וואשינגטאן די. סי. ווי עס האט אפגעווארט קאנגרעסמאן פעט רייען צו באגריסן דעם רבי'ן.


1:10 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

ובבואם לפני המלך: אין די יעציגער מינוטן זענען די גדולי האדמור"ים שליט"א אנגעקומען בבית המלכות אין ווייסן הויז צום היסטארישן באזוך ביי פרעזידענט טראמפ.


12:53 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מסקווירא ביים אנקומען צום ווייסן הויז קאמפלעקס.


12:45 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

קאנגרעסמאן מייק לאולער ביים אנקומען צום היסטארישן זיצונג אינעם ווייסן הויז.


12:30 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

אין די צייט וואס הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד איז שוין אנגעקומען צום ווייסן הויז, איז די דעלעגאציע ערווארטעט אנצקומען שפעטער ווי געפלאנט צוליב קורצע פארשפעטיגונגען. ווי עס זעהט יעצט אויס וועלן די אדמו"רים אנקומען ערשט נאך 1:00 מיטאג, דעריבער איז די זיצונג מיטן פרעזידענט אפגעשטופט געווארן אויף צוויי אזייגער.


פריער בשעת די פליגער פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז געווען פארהאלטן אינעם סטוארט לופטפעלד און עס האט אויסגעזען אז די נסיעה וועט זיך פארזוימען, האט העסקן הרב גדליה סעגעדין שליט"א זיך פארבינדן מיט קאנגרעסמאן פעט רייען וועלכער פארטרעט די איינוואוינער פון קרית יואל, וועלכער האט זיך גלייך אריינגעשטעלט אין דעם ענין און זיך פארבינדן מיט'ן טראנספארטאציע סעקרעטאר דאפי, כדי צו פארזיכערן אז דער רבי שליט"א זאל קענען זיך ארויסלאזן תיכף אין וועג, אן קיין עיכוב.


12:15 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

העסקן הרב משה מארגארעטן פון "צדק" און דער חרדישע דזשורנאליסט ר' ארי' ערליך וואס איז ספעציעל געקומען צופארן פון ארץ ישראל, ביים אריינגאנג צום ווייסן הויז קאמפלעקס.


11:45 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע מינוטן האבן זיך די פליגערס פון האדמור"ים מסאטמאר, באבוב און וויזניץ מאנסי זיך געהויבן פון טיטערבארא לופטפעלד, נאך א קורצע פארשפעטיגונג. די וועג נעמט צווישן 45 מינוט און א שעה.


11:30 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע מינוטן הייבט זיך די פריוואטע פליגער פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט''א אויפ'ן וועג צום ראנאלד רעיגען אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אינעם עיר הבירה וואשינגטאן די. סי., עס זענען מיטגעפארן מיטן רבי'ן אינאיינעם, בנו הגדול הגה''צ אב''ד ור''מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט''א, די משמשים בקודש און העסקן ר' גדליה סעגעדין הי"ו פון קרית יואל, א מקורב למלכות אינעם ווייסן הויז. דעם רבינס פליגער איז ערווארטעט צו לאנדן ארום 12:20, ווי דער רבי וועט צופארן א וועג פון ארום 10 מינוט צום ווייסן הויז.


נעכטן בעת די זמני כניסה אין בארא פארק איז אריינגעקומען צום סאטמארער רבי'ן, ידידו ורעו כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א וועלכער האט געוואונטשן דעם רבי'ן הצלחה און נשיאת חן צום היינטיגן באגעגעניש מיטן פרעזידענט.


11:20 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

האדמו"ר מבאבוב בנועם שיח אויפן עראפלאן, מיטן משב"ק הרב חיים גאלדפינגער און מיט הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו משב"ק אדמור"י סאטמאר.


11:06 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

11:05 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש


11:03 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש


11:00 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

האדמור"ים מסאטמאר און באבוב באגריסן זיך אינעם טעטערבארא לופטפעלד פון וואו ביידע רביים וועלן אינאיינעם אפרייזן קיין וואשינגטאן.


10:50 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

האדמור"ים מסאטמאר און וויזניץ מאנסי בסוד שיח אינעם טעטערבארא לופטפעלד.


10:40 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

די שיירא פון האדמו"ר מסאטמאר איז נארוואס ארויסגעפארן פון קרית יואל, צום סטוארט לופטפעלד.


10:35 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

היינט אינדערפרי ווען הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א האט זיך געזעגנט פון זיין פאטער, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, איידער'ן ארויספארן קיין וואשינגטאן צום היסטארישן באגעגעניש מיט פרעזידענט טראמפ יר"ה, האט דער סקווערער רבי שליט"א האט מיטגעשיקט מיט אים א ספעציעלן בריוו מטעם די קאנגרעגעישאן אוו שיכון סקווירא, וואס איז אדרעסירט צום פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.


דער בריוו איז א ווארעמער וואונטש-בריוו צום פרעזידענט, אין וועלכן עס ווערט ארויסגעברענגט די פילע לייסטונגען און טובות וואס די אידישע באפעלקערונג אין אמעריקע האט שוין גענאסן דורכאויס די יארן פון פרעזידענט טראמפ, און די הכרת הטוב וואס די אידישע געמיינדע שפירט פאר זיין שטיצע פארן אידישן פאלק.


ביים ענדע פונעם בריוו האט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אליינס צוגעשריבן א ספעציעלן וואונטש בכתב יד קדשו, אויף דער ענגלישער שפראך, אין וועלכן דער רבי וואונטשט דעם פרעזידענט צום נייעם יאר.


דער ספעציעלער בריוו וועט הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א מיטנעמען צום ווייסן הויז און עס פערזענליך איבערגעבן פאר פרעזידענט טראמפ יר"ה ביים היינטיגן באזוך, בשליחות פונעם סקווערער רבי'ן שליט"א וואס האט נישט געקענט פערזענליך אנטייל נעמען אין די זיצונג.


10:30 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

האדמו"ר מסאטמאר יעצט אין עירפארט אין א שמועס מיטן שר העסקנים ושתדלנים הרה״ח ר׳ משה דוד נידערמאן הי"ו.


10:20 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

היינט אינדערפרי האט זיך כ"ק אדמו"ר מסאטאמאר שליט"א געשטעלט דאווענען שחרית בשעה 7:15 אינעם בית המדרש שע"י ביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג, נאכן דאווענען איז דעם רבינס שיירא ארויסגעפארן צום טעטערבארא לופטפעלד. אין די קומענדיגע מינוטן וועט זיך הייבן דעם רבינס פליגער אויפן וועג צו די דאלאס עירפארט אין וואשינגטאן, א 40 מינוט נסיעה. אויפן פליגער געפינען זיך דעם רבינס באגלייטער, בנו הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א די משמשים בקודש, כ"ק האדמו"ר מבאבוב שליט"א און העסקן הנמרץ הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו. אנקומענדיג אין דאלעס עירפארט וועלן די אדמור"ים ערשט צוגיין צו א פריוואטע שטוב אינעם טערמינאל, און דערנאך צופארן מיטן שיירא ביזן ווייסן הויז קאמפלעקס, צום באגעגעניש וואס איז גערופן אויף 12:30 מיטאג צייט.


10:10 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע רגעים, נאכ'ן פארענדיגן תפילת שחרית און דריי ברית'ן ביי די חסידים, האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין בארא פארק אויפ'ן וועג צום טיטערבארא לופטפעלד, וואו דער רבי וועט זיך הייבן קיין וואשינגטאן די. סי. אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מיטן פריוואטן פליגער פון הנגיד החסיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו, אין באגלייטונג פון בנו הגדול הרה"צ רבי חיים שלום האלבערשטאם שליט"א, דער משב"ק הרב החסיד רבי חיים גאלדפינגער הי"ו, און העסקן הדגול רבי יואל ראזענפעלד הי"ו.


10:10 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וועלכער האט זיך נעכטן אומגעקערט פונעם מסע הקודש אין ארה"ק, איז יעצט אינדערפרי נאך תפילת שחרית ארויסגעפארן צום טעטערבארא לופטפעלד, וואו דער רבי שליט"א וועט זיך הייבן קיין וואשינגטאן די.סי., מיטן פריוואטן פליגער פון הנגיד החסיד ר' הערש אלימלך פיש הי"ו, מחשובי חסידי וויזניץ מאנסי. מיטן רבי'ן אינאיינעם, זענען מיטגעפארן בנו הגדול הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א, און דער מנהל המוסדות, העסקן הרב יעקב דוד ראזענבערג הי"ו.


אין די זעלבע צייט האט זיך געהויבן דער פריוואטער פליגער פון הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א, וועלכער וועט זיך באטייליגן ביי די היסטארישע זיצונג אינעם ווייסן הויז בשליחות הקודש פון מר אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, באגלייט דורך העסקן הרב ישראל משה שפיטצער הי"ו, מעיאר פון שיכון סקווירא און מקורב למלכות אינעם ווייסן הויז. איידער'ן זיך ארויסלאזן אין וועג האט הרה"צ ר' אהרן מענדל שליט"א מקבל געווען דעם ברכת הדרך פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער האט ווארעם געוואונטשן הצלחה און סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט.



10:00 | דאנערשטאג נצבים וילך • בחצרות הקודש

לפני מלכים יתייצב: די סאמע לעצטע צוגרייטונגען ווען אצינד געמאכט צו דער גרויסער היסטארישער רייזע דורך די גדולי האדמורי"ם וראשי ישיבה שליט"א קיין וואשינגטאן הבירה, וואו זיי וועלן זיך היינט טרעפן מיט פרעזידענט טראמפ יר"ה.


טראץ די איצטיגע ימי חודש אלול, ווען די פירנדע אדמורי"ם שליט"א זענען נאך מער ווי א גאנץ יאר טרוד בטרדא דציבורא און מיט אן הכנה דרבה צו די ימים נוראים הבאים לקראתינו לשלום, האבן זיי באשלאסן אנצונעמען דעם איינלאדענונג, דערביי ארויסצוצייגן דעם הכרת הטוב פאר'ן פרעזידענט יר"ה פון וועמען דאס יהדות החרדית געניסט כסדר בעבר ובהוה פון די געוואלדיגע לייסטונגען, מיט א זעלטענעם געטריישאפט פאר די געברויכן פונעם חרד'ישן ציבור.


אין די לעצטערע טעג, ווי נאר עס זענען באשטימט געווארן די פרטים פון דעם באזוך, זענען אפגעהאלטן געווארן מערערע באראטונגען בביתם נאוה קודש פון די גדולי האדמורי"ם שליט"א, איבערצוגיין אלע פרטים פון דעם באזוך, און וויאזוי צו קענען דערביי אויסנוצן די געלעגנהייט זיך משתדל צו זיין ביים פרעזידענט אויף פארשידענע עניני הכלל וואס זענען עומד על הפרק ביים יהדות החרדית.


אין די קומענדיגע שעות וועלן זיך די אדמור"ים שליט"א ארויסלאזן מכל מקומות מושבותיהם מיט פריוואטע פליגערס קיין וואשינגטאן, צוזאמען מיט די רביים שליט"א וועלן מיטרייזן אן ענגע צאל באגלייטער, נאמני ביתם און איינפלוסרייכע שתדלנים ביים יהדות החרדית, וועלכע וועלן מיטהאלטן דעם באזוך צו קענען זיך משתדל זיין ביים פרעזידענט לטובת די צרכי עמך ישראל המרובים.


די היסטארישע באזוך וועט זיך אנהייבן אום 12:00 אזייגער מיטאג אינעם עקזעקטיוו אפיס געביידע, א פליגל פונעם ווייסן הויז וואו די דעלעגאציע וועט ווערן אפגעווארט דורך דעם ווייסן הויז אידישער ליעזאן מארטין מארקס, וועלכער ארבעט שוין לאנגע חדשים אויף די זיצונג. פון דארט וועט מען אום 1:00 אזײגער מיטאג גיין צום מיטינג אינעם רוזעוועלט צימער סטאנציאנירט אינעם "וועסט ווינג" זיך צו טרעפן מיט די טראמפ אדמיניסטראציע בעאמטע. אום 1:30 װעט די דעלעגאציע זיך טרעפן פאר א פאראייניגטע זיצונג מיט פרעזידענט טראמפ, אינעם אוועל אפיס.


כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט שוין אין די פארגאנגנהייט ערהאלטן א פערזענליכע איינליידענונג פונעם פרעזידענט, אלס צייכן פון דאנק פאר זיין שטיצע און באפעל פאר די חסידים ארויסצוגיין פאר אים שטימען ביי די וואלן, וועט ביים יעצטיגן וויזיט, אפהאלטן א פריוואטע זיצונג פון עטליכע מינוט מיטן פרעזידענט, און דערביי אויסנוצן די געלעגנהייט צו שתדלן למען הכלל והפרט.


דאס יהדות החרדית אין אמעריקע איז דאנקבאר פאר די חשוב'ע אדמורי"ם ורבנים שליט"א פארן זיך אוועקרייסן פון די פארנומענע ערב סליחות טעג צו פארן שתדל'ען פאר אידישע קינדער, און גלייכצייטיג איז מען מתפלל א ווארעמע תפלה אז זיי זאלן מצליח זיין למצוא חן ושכל טוב בעיני המלך, און אז דער באזוך זאל ברענגען די געוואונטשענע תוצאות לטובתן של ישראל בכל מקומות מושבותיהם.


10:00 | מיטוואך נצבים וילך • בחצרות הקודש

די אפציעלע וועבזייטל פון די ווייסע הויז שטעלט ארויס דיט געפלאנטע זיצונג פון פרעזידענט טראמפ מיט די גדולי האדמור"ים וראשי הישיבה, דער זיצונג ווערט דעפינירט אלס א "פאליסי זיצונג".


תגובות


bottom of page