top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי סאטמאר אין בני ברק באוויינען פטירה פון הגאון החסיד הישיש רבי חיים שלום קליין זצ"ל מרבני ופני העדה

לפני 14 שעות
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פרשת וירא • ט"ו חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

חסידי סאטמאר באוויינען די פטירה פון הגאון החסיד רבי חיים שלום קליין זצ"ל, מפארי וחשובי רבני ק"ק סאטמאר אין בני ברק, וועלכער איז היינט נאכמיטאג נפטר געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 90 יאר.


דער חשובער נפטר זצ"ל איז געווען א דמות פון אן פארצייטישער איש חסיד, וואס האט נאך צוגעזען און געשעפט תורה ויראת שמים פון די צדיקי קדמאי. ער איז געבוירן י"ט תשרי בשנת תרצ"ז אין שטאט טעמישוואר אין ראמעניע צו זיין פאטער הרה"ח רבי ישראל קליין זצ"ל, מפארי חסידי סיגעט. נאך די ביטערע וועלט מלחמה איז ער ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל אינאיינעם מיט בני משפחתו.


בימי בחרותו האט ער געלערנט אין די בארימטע ישיבת חכמי לובלין, וואו ער האט זיך משלים געווען בתורה והוראה זייענדיג א מתמיד עצום, און האט קונה געווען מלוא חפניים תורה ויראה ביי זיין גרויסן רבי'ן הגה"ק בעל שבט הלוי זצ"ל.


נאך זייענדיג אלס חתן, איז ער שוין נתמנה געווארן אלס מגיד שיעור אין די סאטמארער ישיבה אין בני ברק, אין די ערשטע יאר וואס די ישיבה איז געגרינדערט געווארן. במשך די יארן האט ער אוועקגעשטעלט הונדערטער תלמידי חכמים ומרביצי תורה, אריינגערעכנט א שיינעם צאל רבנים ודיינים דק"ק סאטמאר אין ניו יארק וועלכע האבן געלערנט אין די סאטמארער ישיבה אין בני ברק. במשך השנים האט ער אויך געדינט אלס מרביץ תורה און פארגעלערנט שיעורים אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סאטמאר, וואו ער איז געווען צווישן די מפני העדה, זייענדיג באקאנט אלס אן איש האשכולות מלא וגדוש בתורה ובחסידות.


מיט א זעלטענע התקשרות עזה האט ער זיך געווייקט בצל קדשו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און ביי ממלאי מקומו, הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, און שפעטער ביי יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט אים שטענדיג ארויסגעוויזן א קירבה יתירה און מכבד געווען ביותרת הכבוד כערכו הרם.


בימי בחרותו האט ער זיך אסאך געווייקט בצל קדשו פון הרה"ק מבעלזא זי"ע וואו ער פלעגט מסתופף זיין בצילו אויף ראש השנה, און באזונדער פלעגט ער אפט אריינגיין רעדן אין לערנען מיטן הייליגן חזון איש זי"ע, וואס זיין יומא דהילולא געפאלט טאקע אויס היינטיגן טאג.


דער נפטר זצ"ל לאזט איבער א הערליכן דור ישרים מבורך, חשוב'ע קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך ההולכים בדרך האבות, לשם ולתפארת.


תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.



תגובות


bottom of page