top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסע הלוויה פון הרבנית שטיינווארצל ע"ה אלמנת רבי משה דוד שטיינווארצל זצ"ל און בזיווג שני אשת כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל

לפני 17 שעות
זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שב"ק פ' נח • ו' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN

הונדערטער חסידי ביאלא און קארלין סטאלין האבן דעם חול המועד סוכות באגלייט למנוחת עולמים הרבנית הצדקנית הישישה, מרת רבקה שטיינווארצל – ראבינאוויטש ע"ה, אלמנת הגה"צ רבי משה דוד שטיינווארצל זצ"ל ראש ישיבת באבוב, און מחברתו הטהורה בזיווג שני פון כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל בעל "מבשר טוב", און שוויגער פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וועלכע איז נפטר געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 91 יאר.


נאך די מסע הלויה אין פלעטבוש איז די ארון אפגעפלויגן קיין ארץ ישראל, וואו די לויה האט זיך אנגעהויבן ביים בית הלויות שמגר וואו די קינדער און בני המשפחה האבן זיך געזעגענט און בנה הרה"ג רבי נפתלי שטיינווארצל שליט"א אבד"ק תהילה לדוד מאנסי וועלכע איז מיטגעקומען מיט די מיטה האט געריסן קריעה כדת וכדין און געזאגט קדיש.


אינצווישן איז די יעקובזון גאס פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול ביאלא איבערגעפילט געווארן מיט פילע חסידי ביאלא וואס זענען ארויסגעקומען אפגעבן דעם כבוד הראוי פארן אשת חבר כחבר די רעבעצין ע"ה וואס האט זיך אזויפיל יארן אוועקגעגעבן במסירות ונאמנות פאר רועם הנאמן דער ביאלא רבי זצ"ל, בפרט איז זי געשטאנען לימינו בעת צר ביים שווערן דורכגאנג אינעם מצב הבריאות ווען דער רבי זצ"ל איז געווען מוטל על ערש דווי מיט נאנט צו דרייסיג יאר צוריק, וואו די רבני הקהילה אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א זענען ארויס מיט א קריאה קדושה פאר די חסידים איבער די חוב פון הכרת הטוב באגלייטן דעם אשת חיל עטרת בעלה למנוחה נכונה.


כ"ק האדמורי"ם מקארלין סטאלין און ביאלא האבן אפגעווארט די מיטה פארנט פון ביאלא ביהמ"ד, מפני קדושת המועד איז נישט אפגעהאלטן געווארן קיין הספדים, און נאך קדיש האט דער גרויסער ציבור אין שפיץ פון די אדמורי"ם באגלייט די מיטה א כברת דרך.


פון דארט האט די מסע הלוויה ממשיך געווען דורך בית המדרש הגדול קארלין סטאלין אויף רחוב אבינועם ילין, וואו עס זענען געווען פארזאמלט א גרויסע ציבור חסידי קארלין סטאלין און מען האט ממשיך געווען אויפן וועג צום הר הזיתים, וואו די חשובע נפטרת איז געקומען לקבורה ליל הושענא רבה גמר החיתום, במעמד קהל רב אין שפיץ פון די אדמורי"ם שליט"א, סמוך ונראה צום ציון פון איר מאן הגה"צ רבי משה דוד שטיינווארצל זצ"ל, אויף די וואהלינער חלקה.


תהא נשמתה צרורה בצרור החיים.



תגובות


bottom of page