לְקַיֵּם מִצְוַת בּוֹרְאִי: פרייליכע שמחת הבר מצוה אין הויפן פון וויזניץ און פרמישלאן
זונטאג פרשת לך לך • ז' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוהשע פרוכטער
בשמחה וצהלה האבן חסידי וויזניץ און פרימישלאן דעם מוצאי אסרו חג סוכות מיטגעהאלטן דעם פרייליכן שמחה בחצרות הקודש, ביים שמחת הבר מצוה פון הב' משה יהושע ראזענבוים זון פון הרה"צ רבי דוד ראזענבוים שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפרימישלאן שליט"א, און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מרכז חסידי וויזניץ, אין שפיץ פון די זיידעס די אדמו"רים שליט"א.
צום באשטימטן צייט זענען די אדמו"רים שליט"א ערשינען צו די שמחה אינאיינעם, לקול תרועת הזמר פון די הונדערטער חסידים פון ביידע הויפן וואס זענען געקומען זיך מיטפרייען בשמחת בית צדיקים.
במשך די שמחה האט מען געזינגען פילע ניגוני שמחה והודאה. ספעציעל האט דער וויזניצער רבי געבעטן די קאפעליע צו זינגען עטליכע ניגונים מבית היוצר פונעם פרמישלאנער הויף, און די רבי'ס האבן געוואנטשן לחיים לכל הקהל הקודש.
דער בר מצוה בחור האט געמאכט א סיום מסכתא און געזאגט די פשעטיל כנהוג, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער בעל שמחה הרה"צ רבי דוד ראזענבוים שליט"א, און צום שלוס האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה, וואו ביידע אדמו"רים זענען געטאנצן באזונדער מיטן חתן, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א באזונדערן מחול לצדיקים, נאכדעם איז מען געטאנצן אין א רינג אינאיינעם מיט די בעלי שמחה און די בני משפחת המלוכה, און די אדמו"רים האבן זיך געזעגענט ברוב ברכות.


















































תגובות