גרויסן ציבור ביי מעמד התחלת כתיבת ספר תורה לע"נ הרה"ק מסקאליע זי"ע ונכדתו הרבנית ע"ה אין עיה"ק ירושלים
זונטאג פרשת לך לך • ז' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

נעכטן מוצאי שבת האבן זיך הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פארזאמלט אין די זאלן פון בית יעקב הישן אין ירושלים, ווי עס איז פארגעקומען די גרויסארטיגע מעמד 'התחלת כתיבת ספר תורה' וואס ווערט געשריבן דורך חסידי סקאליע אין ארה"ק לזכר נשמתו הטהורה פון הרה"ק מסקאליע זי"ע מקום מנוחתו כבוד אויפן הר הזיתים ולעילוי נשמתה פון ונכדתו החביבה הרבנית הצדיקת ע"ה מחברתה הטהורה פון יבדלחט"א כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א.
אנקומענדיג צום מעמד איז דער רבי אויפגענומען געווארן בישרה ובזמרה דורך די פילקעפיגע ציבור, נאכן זיך וואשן צום מלוה מלכה האט מען געהערט סיפורי קודש פונעם רבי'ן שליט"א וועלכע האט דערציילט א שלל סיפורים ועובדות פונעם בעשטה"ק ותלמידיו בטעם זקנים.
דאן איז מען צוגעטראטן צום מעמד התחלת כתיבת האותיות, ווען דער סופר האט צוגעברענגט די קלף מיט די טינט על שולחן מלכים, און דער ציבור האט אנגעהויבן זינגען ניגוני התעוררות ודביקות, בשעת ווען דער רבי שליט"א איז אחוז בשרעפי אש קודש ארומגענומען מיט אן אויסטערלישע דביקות און פארגיסט טייכן טרערן בדמעות שליש, זיך גרייטענדיג צו דעם היסטארישן מאמענט ווען מ'וועט שרייבן א ס"ת לע"נ דעם זיידן הרה"ק מסקאליע זי"ע און אשת נעוריו.
נאך לענגערע מינוטן פון ניגוני הכנה האט מען זוכה געווען צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א וואס האט מרחיב געווען איבער די גרויסקייט פון שרייבן א ספר תורה וואס ברענגט השראת השכינה אויף די וועלט, און ארויסגעברענגט רגשי לבבו אז מ'האט די זכיה צו שרייבן א ס"ת לז"נ זקינו הקדוש זי"ע.
דאן איז מען צוגעטראטן צום הויכטפונקט פון די נאכט ווען דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט און אריינגעשריבן דעם 'אות ב' פון בראשית לקול תורעת הזמר. באלד דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד 'שישו ושמחו בשמחת תורה', און איז געטאנצן און געשפרונגען א לענגערע צייט למעלה מכוחותיו לכבודה של תורה, וינועו אמות הסיפים.
נאך לענגערע מינוטן פון ריקודין של שמחה, איז געגעבן געווארן די געלעגענהייט פאר'ן ציבור אריבערצוגיין מקבל זיין ברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א, און איבער צוויי שעה נאכאנאנד האבן זיך הונדערטע ראידן דורכגעשלענגעלט מקבל צו זיין ברכת קדשו.
ביים מעמד האבן זיך באטייליגט מערערע רבני השכונה צווישן זיי: כ"ק האדמו"ר מפוריסוב שליט"א, הגה"צ אב"ד לינז ירושלים שליט"א, הגה"צ ר' מרדכי אורי ענגלמאן שליט"א גאב"ד ראשון לציון, בני האדמו"ר מקאפיטשניץ, הרה"צ ר' אפרים אהרן לעמבערגער שליט"א ממאאקאווא חתן האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק און נאך.












תגובות