top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבד חסיד: הרה"ח ר' אפרים אולמאן ז"ל מחשובי חסידי דושינסקיא, ברודער פון הגרא"י אולמאן שליט"א חבר הבד"ץ

לפני 31 דקות
זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פרשת תולדות • כ"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער האבן פילע חסידי דושינסקיא אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, היינט מאנטאג באגלייט למנוחות הרה"ח רבי אפרים אולמאן ז"ל, מחשובי ופארי חסידי דושינסקיא אין ירושלים, און ברודער פון יבלחט"א הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר בד"ץ העדה החרדית ורב שכונת גבעת שאול ומגדולי רבני חצר הקודש דושינסקיא.


דער נפטר רבי אפרים ע"ה איז געווען אדוק ומקושר בלב ונפש צו זיינע גרויסע רבי'ס צדיקי בית דושינסקיא, און פלעגט זיך תמידין כסדרן מסתופף זיין בצל קדשם, טראץ וואס ער האט געוואוינט א היבשע מרחק פונעם דושינסקיא ביהמ"ד, און פלעגט גיין דעם לאנגן וועג דאווענען די תפילות במחיצת הקודש, ביז נאך דעם לעצטן שבת בלויז צוויי טעג בעפאר זיין פטירה.


באזונדער האט ער ארויסגעהאלפן פילע נצרכים בהצנע לכת מיט גרויסע סכומים, און זייענדיג עוסק על המחיה ועל הכלכלה פלעג ער קובע זיין עיתים לתורה מיט א געוואלדיגע התמדה און יגיעת התורה.


ספעציעל איז ער געווען שטארק נאנט מיט זיין עלטערן ברודער הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א, שפירנדיג פאר א זכי' אים צו משמש זיין מיט א הכנעה און ביטול, און פלעג זיך משתתף זיין ביי די וועכנטליכע שיעורים פונעם ברודער דער חבר ביה דינא רבה.


ר' אפרים איז פלוצים נפטר געווארן אין עלטער פון צוויי און זיבעציג יאר נאך ליידן פון א הארץ אטאקע, שטייענדיג א טאג בעפאר די חתונה פון אן אייניקל. ער האט איבערגעלאזט נאך זיך א הערליכע דור ישרים מבורך, קינדער און אייניקלעך חסידים ואנשי מעשה.


תהא נשמתו צרורה בצרור החיים

תגובות


bottom of page