מעמד קביעת מזוזה אין צייטוויילן היכל התורה סטאנציאנירט אינעם ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא
מאנטאג פרשת תולדות • כ"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ניסן ב.,JDN
פארלאפענעם וואך איז אין שיכון סקווירא פארגעקומען די מעמד חנוכת הבית פונעם נייעם צייטווייליגן היכל התורה, אינעם בנין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, אין די צייט וואס מען גרייט זיך צו איינווארפן דעם אלטן ביהמ"ד, סותר על מנת לבנות צו אויפבויען דערויף די נייע היכל השולחנות והיכל התורה.
עטליכע טעג פריער איז אפגעהאלטן געווארן אן אייגנארטיגער מעמד סיום מסכת חולין, אין צוזאמענהאנג מיט א מסיבת פרידה פון דעם נאסטאלגישן "חדר פישל" אינעם אלטן בנין בית המדרש הגדול אין שיכון סקווירא, וואו די טעגליכע שיעור דף היומי ווערט שוין פארגעלערנט מיט א קביעות קרוב צו פופצן יאר דורך הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א, בנו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
צו דער געלעגנהייט איז צוגעשטעלט געווארן א סעודה רחבה לכבוד התורה ולומדיה. במשך דער סעודה האט דער מגיד שיעור, הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א, משמיע געווען דברי תורה און דברי חיזוק בנועם לשונו.
דערנאך איז ערשינען הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען דברי ברכה און דברי חיזוק פאר די פילע משתתפים, און ארויסגעברענגט דעם חשיבות פון די קביעות'דיגע שיעורים און דעם זכות פון די לומדים וואס קומען זיך צוזאם נאכט נאך נאכט צו לערנען תורה.
























תגובות